דער איראנער גייסטליכער פירער עלי כומעיני האט נעכטן מודה געווען אז “די אמעריקאנער סאנקציעס לייגן געפערליכע דרוק אויף דאס לאנד און אויפן איראנער פאלק”.
אין א מעסעדזש וואס ער האט געשריבן אויף זיין אפיציעלער אינטערנעט זייטל, האט כומעיני צוגעלייגט אז “די אמעריקאנער פרייען זיך און זאגן אז די סאנקציעס זענען עפעס וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע. ריכטיג, עס איז נאכנישט געווען אזאנס אין היסטאריע, און די זיג וואס מיר וועלן האבן אויף אמעריקע וועט אויך זיין עפעס וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע”.
כומעני האט אויסגעגאסן זיין ווייטאג און פרוסטרירונג אז דאס לאנד גיין בארג אראפ זינט טראמפ האט זיך גענומען צו די ביינער פון איראן, שרייבנדיג אז “א טייל פון די אמעריקאנע רעגירונג שטעלן אן א פנים פון משוגענע מענטשן. עס איז פארשטענדליך אז איך שטים נישט צו דערמיט, זיי זענען נישט קיין משוגעים, נאר ערשטקלאסיגע אידיאטן!”.
פארגאנגענע וואך האט דער איראנער אויסערן מיניסטאר עמיר כוסעין זמאנימיא געזאגט, אז טראץ די אמעריקאנער סאנקציעס, זענען פארהאנען אסאך לענדער וואס ווילן קויפן איראנער גאז.
ער האט נישט געוואלט אריינגיין אין דעטאלן און אין נעמען פון די לענדער, אבער ער האט געזאגט אז “אויך מיט די אמעריקאנע דרוק אויף די גאז אפטיילונג פון איראן, איז געוואקסן די צאל פון פאטענציעלע קויפער צוליב די גרויסע קאנקורענט וואס הערשט”.
אבער דער איראנער גאז ביורא האט געזאגט אז די לענדער וועמען אמעריקע לאזט דערווייל קויפן איראנער גאז, צווישן זיי כינע, אינדיע, יאפאן און דרום קארעא, זענען נישט גרייט צו קויפן אפילו איין פעסל גאז פון טעהאראן.