א יונגער מוסלעמענער איז באשטראפט געווארן מיט 190 יורא קנס, פארן אויסרופן אין פובליק “אללא אקבאר”.
די קנס האט ער באקומען פארן ‘צושטערן די רואיגקייט פון די מאסן’, וויבאלד מענטשן דערשרעקן זיך פאר זייער לעבן הערנדיג דעם אראבישן סלאגאן, מיט וואס זיי הרגנ’ען זיך אדער ארומיגע מענטשן…
דאס האט פאסירט פארלאפענעם מאי אינעם שטאט שפהוזען אין צפון שווייץ, ווען דער צוויי און צוואנציג יעריגער אורהאן האט באגעגנט אויפן גאס א פריינד וועמען ער האט שוין נישט געזען פאר א וויילע.
פון גרויס איבעראשונג האט ער צוגעלאפן צו זיין פריינד און אויסגעשריגן “אללא אקבאר”. די ארומיגע מענטשן האבן זיך גערוקט אין א זייט דערשראקענערהייט, זעענדיג אן אראבער לויפט אין די גאסן ווי א מטורף און שרייט אללא אקבאר…
א פאליציאנט וואס איז פונקט אנוועזנד געווען איז געקומען צו לויפן און אים געשלעפט צו אויספארשונגען.
“ער האט מיר געפרעגט פארוואס כ’האב געזאגט דעם זאץ” שילדערט דער מוסלעמענער אן אויפגעברויזטער, זאגנדיג אז ער האט גארנישט געוואלט און גארנישט געמיינט.
“איך האב אים געזאגט אז אללא אקבאר איז אן אויסדרוק וואס איז וואו א וואונטש, און מיר האלטן עס אין איין זאגן, כמעט אין יעדע זאץ”.
עס האט אים גארנישט געהאלפן, און באוואפנטע פאליציאנטן האבן אים אויסגעטאפט פון קאפ ביז פיס, און דאן באשטראפט מיט הונדערט ניינציג יורא, פארן צושטערן די רואיגקייט פון די מאסן.
נאכדעם וואס ער האט נישט געהאלטן ביים באצאלן, האבן אים די פאליציאנטן געווארנט אז אויב צאלט ער נישט וועט מען אים פירן אין טורמע. “איך בין דא געבוירן, און כ’האב קיינמאל נישט מיטגעלעבט אזא זאך” ברויזט אורהאן.
די פאליציי האט רעאגירט צו זיין באשולדיגונג אז זיי האבן אים געמוזט אונטערזיכן צי ער וויל נישט דורכפירן א טעראר אטאקע, נאכדעם וואס אייראפע מוטשעט זיך מיט א כוואליע פון טעראר, און מענטשן ווערן דערציטערט זעענדיג אן אראבער לויפט און שרייט אללא אקבאר.