די אהאיא פאליציי האט קאנפיסקירט א ביקס פון א זעקס יעריג קינד וואס איז געווען אויפן וועג צום שולע מיט די שעדליכע וואפן אין קעשענע, נאכן אלארמירט ווערן דורך א פארבייגייער אז א קינד גייט אויפן גאס מיט עפעס א שווערע חפץ וואס וועגט אראפ זיין הויזן.
דאס האט פאסירט אין די שטאט קאלאמבוס אין אהאיא. די פאליציי האט נישט געזאגט אויב דאס ביקס איז געווען אנגעלאדענט, אבער זיי האבן פובליצירט א בילד פון דעם ביקס און פון קוילן.
לויט די פאליציי וועט נישט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם קינד וויבאלד ער איז נאך צו יונג, אבער עס איז געעפנט געווארן אן אויספארשונג צו דערגיין וויאזוי דאס קינד האט פארשאפט דעם ביקס, און וועט מעגליך ברענגען צו קלאגעס.
א לאקאלע נייעס קאנאל האט באריכטעט אז דער פארוואלטער פון די שולע האט אין א בריוו צו די עלטערן פון זיינע סטודענטן געשריבן, אז דאס קינד וועט באקומען “א שטרענגע שטראף”, אבער ער האט נישט קלארגעשטעלט וועלכע שטראף ער וועט געבן.
אינעם בריוו שרייבט ער אז אין שולע וועט מען האבן זערא-טאלערענץ פאר קינדער וואס ברענגען געווער, און באזונדער געבעטן אז די עלטערן זאלן רעדן צו די קינדער איבער די שעדליכקייט פון וואפן, און אז דאס האט נישט קיין ארט אין שולע.