די שאטדאון אויף די אמעריקאנער רעגירונג איז דעם שבת אריין צו איר צוויי און צוואנציגסטע טאג, ברעכנדיג דערמיט א רעקארד אלס דער לענגסטער שאטדאון אין די אמעריקאנער היסטאריע.
די יעצטיגע שאטדאון וואס האלט שוין ביי די דריי און צוואנציגסטער טאג, האט זיך ‘אריבערגעכאפט’ פון די ביז יעצטיגע איין און צוואנציג טאגיגע שאטדאון אונטער פרעזידענט ביל קלינטאן וואס איז ביז נעכטן געווען די לענגסטע שאטדאון אין די אמעריקאנער היסטאריע.
ווי שוין באריכטעט פארגאנגענע וואך אין אידישער ווינקל, האט פרעזידענט טראמפ אפגעהאלטן א זיצונג מיט דעמאקראטן צו פארהאנדלען איבער דעם וואנט, כדי די רעגירונג זאל זיך צוריק עפענען, אבער האט פארלאזט די זיצונג אן צו אויסהאמערן קיין שום דיעל, נאכן הערן אז זיי זענען נישט גרייט צו פאנדן זיין גרעניץ וואנט בשום אופן.
עטליכע טראמפ ראטגעבער האבן פארגעשלאגן אז טראמפ זאל אויסרופן א “נאציאנאלער עמערדזשענסי”, און אזוי קענען שאפן באלדיגע פאנדן פאר די וואנט, אבער דערווייל זעט נישט אויס ווי טראמפ האלט עס ביים טוען.
אין די פארגאנגענהייט האט טראמפ געזאגט אז ער וועט זיין “שטאלץ” צו מאכן א שאטדאון כדי צו באקומען זיין גרעניץ וואנט. “אפילו דער פרעזידענט רעיגען האט פרובירט אין אכט יאר צו בויען א גרעניץ וואנט אדער אפילו א צוים ביים גרעניץ, און ער האט דאס נישט באוויזן”. האט טראמפ געזאגט אנהייב פון די שטאדאון. “אנדערע האבן אויך פרובירט, אבער מיר וועלן דאס באווייזן, אזוי צו אזוי”.
באזונדער האט טראמפ געזאגט דאן אז “די דעמאקראטן פרובירן אוועקצומאכן די אפעקטיוויטעט פון א וואנט זאגנדיג אז עס איז אלטמאדיש. די פאקט איז אז עס איז נישט דא קיין אנדערע זאך וואס וועט ארבעטן, און דאס איז עפעס וואס האט זיך איבערצייגט אלס ריכטיג דורכאויס טויזענטער יארן”.