צפון קארעא. – די וועלט קוקט זיך צו מיט אנגסט ווי דער צפון קארעא רעזשים גייט פאראויס מיט אירע מיסיל טעסטן און פארשריט, נישט נעמענדיג ערנסט די דרוק וואס די וועלט פרובירט לייגן.
האלטנדיג עטליכע טאג נאך דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט צוריקגעלייגט צפון קארעא אין די ליסטע אלס א לאנד וואס שטיצט טעראר, האט די צפון קארעא מיליטער פריער אין טאג ארויסגעשאסן א פרישער אומאידענטיפיצירטער באליסטיק מיסל, אין די געגנט פון מזרח פיאנגיענג ווי עס באריכטעט די “יאן-העפ נייעס אגענטור,” אין דרום קארעא.
די אמעריקאנער און דרום קארעא מיליטערישע עקספערטן זענען גאר אויפמערקזאם איבער די נייעס, טוענדיג דאס אויספארשן, און ווי דער עס האט געזאגט א שטאב מיטגליד פון שינזא עיב, דער פרעזידענט פון יאפאן, האט די מיסיל געלאנדעט אין די וואסערן פון יאפאן.
פון דרום קארעא האט מען רעאגירן מיט דורכפירן א “מיסל ארויפשיס” עטליכע מינוטן דערנאך, אין רעאקציע צו די פראוואקאצירנדע אקט דורך די צפון רעגירונג.
די היינטיגע מיסיל איז דער ערשטער מיסיל זינט צפון קארעא האט געשאסן א באליסטישע מיסל העכער יאפאן אום סעפטעמבער 15, און א יאפאנעזער גאווערמענט קוואל האט געזאגט אז טאקיא האט דעשיפרירט ראדיא סיגנאלן אז צפון קארעא קען זיך גרייטן פאר א פרישער באליסטישער מיסיל.
דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט באקומען די אינפארמאציע איבער די סיטואציע ביי א ספעציעלער בריפינג, ווי עס האט באריכטעט זיין פרעסע סעקרעטערי סערע סענדערס אויף טוויטער.
די מיסיל ארויסשיס ברענגט פרישע אנגעצויגנקייט צווישן די וועלט פירער און די אמעריקאנער רעגירונג, נאך א סעריע פון ענליכע פראוואקאציעס דורך די איזאלירטע פאלק און די קאמוניסטישע גאווערמענט.
דאס קומט צוויי וואכן נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך צוריקגעקערט פון א צוועלף טאגיקע באזוך אין אזיע.
זייענדיג אין וויעטנאם אנהויב די מאנאט, האט טראמפ געצימבלט דער פירער פון צפון קארעא, דורך זיין טוויטער אפאראט.
טראמפ האט געמאכט אסאך גערודער איבער צפון קארעא, אין די לעצטע מאנאטן, און אין סעפטעמבער האט ער געווארנט מיטן “טאטאל צושטערן די הערמעטיש פארשלאסענע לענדל” וואס דינט אלס היים פאר איבער 25 מיליאן מענטשן און געזאגט אז עס וועט נישט אנגיין צופיל לענגער אזוי אויב די רעזשים גייט ווייטער אן מיטן סטראשענען און דורכפירן געפארפולע אקטן.
אסאך פון טראמפ’ס סטעיטמענטס האבן געצייגט רמזים פון באלדיגע מיליטערישע אטאקעס, און אקציעס, און האבן זיך ארויסגעשטעלט צו אוועקמאכן די דיפלאמאטישע כוחות אריינגעלייגט דורך זיין אייגענע אדמיניסטראציע.
אין א רעדע פאר די יונייטעד נעישנס דזשענעראל אסעמבלי אום סעפטעמבער, האט טראמפ גערופן ‘קים דזשאנג אן’ מיטן שפאס נאמען “ראקעט מאן,” און געזאגט אז “קים איז אויף א זעלבסטמארד מיסיע פאר זיך און פאר זיין רעזשים”. אויך זאגנדיג אז “אויב וועלן מיר דארפן פארטיידיגן די אמעריקאנער פאלק, אדער אירע אליאירטע פריינט, וועט די אמעריקאנער רעגירונג נישט האבן קיין אויסוואל, נאר מוזן גענצליך חרוב מאכן צפון קארעא.”
קים האט רעאגירט אויף אן עקסטרעם פערזענליכע אדרעסירונג צו טראמפ אים רופנדיג א גייסטיש צורודערטער מאן און אז “אמעריקא וועט טייער באצאלן.”
די ווערטער מלחמה צווישן טראמפ און קים-דזשאנג-אן האט זיך שוין אנגעהויבן ווען טראמפ האט גענוצט די ווערטער אז ער וועט נוצן “פייער און צארן” קעגן צפון קארעא, אויב וועט דאס אויספעלן.
די יו-ען סעקיורעטי קאונסיל, האט דורכגעפירט די שטארקסטע סאנקציעס אויף פיאנגיענג, נאך וואס צפון קארעא האט דורכגעפירט איר זעקסטע און מערסט מאכטפולער נוקלעארע טעסט אום סעפטעמבער, זאגנדיג אז זי האט זיך אהערגעשטעלט מיט א הידראגין באמבע. סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, האט שפעטער גערעדט אין די יו-ען איבער פארשידענע מאנעוורעס וואס מען קען דורכפירן קעגן די רעזשים.
טראמפ האט אויסגעברייטערט די פארשידענע סאנקציעס אום סעפטעמבער 21, צילנדיג די פינאנציעלע אינסטיטוציעס וואס טוען ביזנעס מיט פיאנגיענג, און לעצטע וואך האט די אמעריקאנער גאווערמענט ארויפגעלייגט פרישע סאנקציעס אויף פארשידענע כינעזער האנדל פירמעס וואס האבן געטון ביזנעס מיט צפון קארעא