אן אלטער טשעכישער מאן איז ארעסטירט געווארן, נאכן פרובירן אנצוזייען א שרעק איבער אן אטאקע פון אראבישע טעראריסטן, און ער איז געפירט געווארן אין טורמע צו אויסלעבן זיינע קומענדיגע פיר יאר…
די רעדע איז פון דעם 71 יעריגער יוראמיר בלאדא, וועלכער איז פאראורטיילט געווארן אין טעראר, נאכדעם וואס ער האט געהאקט 2 ביימער אין די שטאט מלאדא אין צפון זייט פון פראג, און דאס אראפגעווארפן אויף די שינעס.
דאס האט צוגעברענגט אז צווייט באנען האבן זיך אנגעשטויסן דערין, און געווען אין געפאר פון זיך איבערדרייען, כאטש וואס למעשה איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן, א זאך וואס איז “א נס” לויט א טשעכישער באן עקספערט.
ער האט דאס געטון מיט א כוונה אז טשעכיי זאל ווערן איבערצייגט איבער די געפאר פון אייסיס אקטיוויטעטן אין לאנד. ער האט אויפן ארט איבערגעלאזט פארשידענע דזשיהאדיסטישע לאוזונגען און שריפטן, צווישן זיי “אללא אקבאר”…
ער האט אין זיינע איבערגעלאזטע פאפירן אויפן ארט געשריבן אז טשעכיי וועט זיך אין נאנטן ספראווען מיט א כוואליע פון טעראר אטאקעס, און ער האט גערופן מען זאל אטאקירן די “טשעכישע הונט די כופרים”.
בלאדא וואס איז א רעכטער, האט געזאגט אין זיין געריכט אז ער איז דאס ‘געווען געצווינגען צו טון’, כדי אריינצולייגן טשעכיי אין א פאניק פון די מוסלעמענער אימיגראנטן. “איך האב נישט געוואלט דורכפירן קיין טעראר אטאקע, פונקט פארקערט! כ’האב געוואלט פארמיידן טעראר אטאקעס” האט דער אלטער ערקלערט אין געריכט אן קיין בושה.
ס’האט אים נישט געהאלפן זיינע דאקוממענטן וואס ער האט געברענגט פון א דאקטער אז ער איז געווען דאן אונטער די איינפלוס פון לעגאלע דראגס וואס האט אים צומישט, נעמענדיג א מעדעצין וואס א דאקטער האט אים געגעבן פאר בלוט דרוק, און ער איז פאראורטיילט געווארן פאר פיר יאר אין טורמע, וואו ער וועט דארפן דורכגיין ערנסטע פסיכיאלאגישע באהאנדלונגען.