אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פולישער מעיאר געשטארבן פון זיינע וואונדן נאך א שטעכעריי אויפן פאדיום

פאוועל אדמאוויטש, דער מעיאר פון די שטאט גידיינסק אין פולין, איז געשטארבן פון זיינע וואונדן, א טאג נאכן געשטאכן ווערן זיענדיג אויפן פאדיום. די נייעס איז באקאנט געווארן ווען דער פולישער געזונטהייט מיניסטאר לאקאש שאמאווסקי, האט געמאלדן מיט טרויער אז ער איז געשטארבן זאגנדיג “מיר האבן נישט געקענט זיגן”.

אדמאוויטש איז געווען א אידן פריינטליכער מעיאר, און איז געשטאכן געווארן דורך א קאלטבלוטיגער יוגנטליכער, זייענדיג אויפן פאדיום ביי א פאנדרעזינג אווענט פאר וואוילטעטיגע צוועקן.

די איינוואוינער פון גידיינסק וועלכע גלייכן אים, האבן באלד זיך געשטעלט אין די רייע צו געבן בלוט פאר זייער באליבטער מעיאר, וואס האט פארלוירן אסאך בלוט אין רעזולטאט פון די שטעכעריי, אבער טראץ דעם אלעם זענען די האפענונגען צורינען, און ער איז געשטארבן פון זיינע וואונדן זייענדיג 53 יאר אלט.

דער מערדער איז א געוויסער 27 יעריגער סטעפאן, וואס וואוינט אין גידיינסק. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז ער שוין אן אלטער באנדיט, טראץ זיין יונגע עלטער. ער האט שוין געדינט א טערמין פון פינףאון א האלב יאר, נאכן געכאפט ווערן דורכפירן א ווילדע באנק רויבעריי.

ערשט א חודש צוריק איז ער באפרייט געווארן, און שטעכנדיג דעם מעיאר אין פובליק, האט ער געשריגן ווי א וואנזיניגער אז די “פלאטפארמא אבעוואטעלסקא” פארטיי אין וואס דער מעיאר באלאנגט, איז שולדיג אין זיין ארעסט, און אז ער טוט דאס אלס נקמה פאר די פייניגונגען וואס ער איז אדורך אין טורמע. ווען ער איז ארעסטירט געווארן האט די פארטיי קאנטראלירט די רעגירונג.

 פאוועל אדמאוויטש האט געדינט אלס מעיאר פון גידיינסק פאר די לעצטע 20 יאר, זינט 1998, און איז באטראכט געווארן אלס א פראגרעסיווער און געלאסענער מעיאר, און האט זיך אנגענומען פאר דיסקרימינאציע קעגן מינאריטעטן.

צווישן די מינאריטעטן זענען אויך געווען די אידן און זייער קהלה, וועמען ער האט פארטיידיגט, און שארף ארויסגעטרעטן קעגן סיי וועלכע אנטיסעמיטישע אינצידענט, אריינגערעכנט פאראיאר ווען די פענסטער פון די שוהל אין שטאט איז אויסגעשאסן געווארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.