טשיקאווע נייעס

פארשוין האט געוואלט ארויסשמוגלען א שלאנג אינעם הויזן טאש

די קאנפיסקירטער שלאנג אין די הענט פון די באאמטע

די זיכערהייט אגענטן אינעם אינטערנאציאנאלער “שאנפעלד” בערלינער לופטפעלד, האבן געכאפט א 43 יעריגער מאן, וואס האט געהאט אין זיין הויזן א שלאנג וואס איז לאנג 40 צענטימעטער, בעפאר ער איז ארויף אויפן פליגער קיין מדינת ישראל.

דאס האט פאסירט נאכדעם וואס די אגענטן האבן באמערקט אז ער האט עפעס מאדנע און פארדעכטיגט אין זיינע הויזן, זיי האןב אים גערופן אין א זייט, און געטראפן ביי אים אין טאש א זעקל אין וואס ס’איז געלעגן א לעבעדיגע שלאנג, לאנג פערציג צענטימעטער.

לויט די זיכערהייט אגענטן, איז דאס די סאמע מאדנסטע זאך פון יאר וואס זיי האבן קאנפיסקירט אין לופטפעלד.

שלענג זענען באשעפענישן וואס זענען באשיצט אונטער די וואשינגטאן קאנווענשטאן, און זיי אריבערצופירן פון איין לאנד צום צווייטן פארלאנגט א פערמיט פון פאראויס פון די אגענטור פון חיות באשיצונג אינעם אייראפעאישן פאראיין.

דער מאן האט נישט געקענט ווייזן קיין פערמיט אז ער קען ארויסטראגן דעם שלאנג און דערפאר איז קאנפיסקירט געווארן די אומלעגאלע שלאנג וואס ער האט געוואלט ארויספירן, און דער מאן איז אפגעהאלטן געווארן פאר א פראצעס, וואס האט אים פאראורטיילט צו צאלן קנס.

די שלאנג איז אריבערגעפירט געווארן דערווייך צו די חיות צענטער אין בראנדבורג, וואס ווערט אנגעפירט דורך א צער בעלי חיים גרופע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.