א פרישער שאקירנדער אויפדעקונג איז ערשינען נעכטן דורכאויס דעם דראמאטישן געריכט פארהער פון דעם לעגענדארער מעקסיקאנער דראג דילער און מאפיאנער על טשאפא גוזמאן, אין ניו יארק, אז על טשאפא גוזמאם האט גאר אונטערגעקויפט אנריקע פעניא נעיעטא, דער מעקסיקאנער פרעזידענט וואס האט נארוואס אפגעטרעטן פון אמט, מיט די פאנאטסטישע סומע פון א הונדערט מיליאן דאלער!
דער עדות אלעקס סיפאואנטאס פון קאלאמביע, האט דערציילט אז ער איז אמאל געווען דער רעכטער האנט פון גוזמאן, און האט געזאגט עדות וויאזוי דער מעקסיקאנער פרעזידענט אנריקע פעניא נעיעטא האט געדינט אלס מעקסיקאנער פרעזידענט פון דעצעמבער 2012 ביז צו נאוועמבער 2018, האט באקומען מיליאנען אין שוחד כדי ער זאל נישט נאכיאגן על טשאפא.
די עדות’שאפט איז געקומען נאכדעם וואס דזשעפערי ליכטמאן, על טשאפא’ס אדוואקאט, האט אים געפרעגט צי ער האט געזאגט פאר די אויטאריטעטן אין יאר 2016 רז גוזמאן האט ערלעדיגט די שוחד געלטער, און ער האט געענטפערט “ס’איז ריכטיג”.
ווי אלעקס סיפאואנטאס דערציילט אין געריכט פאר די אנקלאגער, האט נעיעטא צוערשט זיך געוואנדן צו גוזמאן און פארלאנגט פון אים 250 מיליאן דאלער, און א הונדערט מיליאן איז געצאלט געווארן אין אוקטאובער 2012 למספרם, נאכדעם וואס נעיעטא האט געווינען די פרעזידענטשאפט, איידער ער האט איבערגענומען די לייצעס.
ווי דער עדות פארציילט, האט אים גוזמאן געזאגט איבער א מעסעדזש וואס ער האט באקומען פון נעיעטא באלד נאכן אריינקומען אין קאנטראל, אז אלעס איז מסודר און ער דארף זיך מער נישט באהאלטן פון די רעגירונג.
מאמענטאל האט אנריקע פעניא נעיעטא נישט רעאגירט אויף די באשילדיגונג, אבער ער האט שוין אמאל געלייקנט אז ער האט באקומען אפילו נאר א פרוטה פון גוזמאן.
נעיעטא’ס געוועזענער טשיף אוו ביורא פראנציסקא גוזמאן, האט היינט נאכט געשריבן אויף די סאציאלע מידיע פלאטפארמעס אז “די דעקלעראציעס פון דעם קאלאמבישן דראג דילער אינעם ניו יארקער געריכט זענען ליגענט, ווילד און אבסורד”.
די עדות’שאפט וואס איז געהערט געווארן אין געריכט איז איינע פון די מערסט קאנטערווערסיאלע עדות’שאפטן וואס זענען ארויפגעקומען אין געריכט ביז יעצט, זינט די געריכט האט זיך אנגעהויבן אין נאוועמבער.
דער עדות אלעקס סיפאואנטאס איז איינער פון די צענדליגער עדות וואס זענען ערשינען אין געריכט צו עדות זאגן קעגן על טשאפט גוזמאן אין ניו יארק. די געריכט גיבט אונז א שטיקל אריינבליק אינערהאלב די פינסטערע קארידארן פון דעם דראג קארטעל סינלואה, וואס איז איינע פון די גרעסטע און אגרעסיווסטע אומלעגאלע דראג קארטעלן אין די וועלט.