טשיקאווע נייעס

די מאטארביציקלעך גרופע אין איראק וואס קעמפט פאר שלום

“די מאטארביציקלעך גרופע פון איראק”, איז באקאנט געווארן לעצטנס נאכדעם וואס א גאנצער כאפטע פון מאטארביציקליסטן, אנגעטוען אין היטלעך, לעדערנע מאנטלען, און באוואפנט מיט די איראקער פענער, פארן ארום ווילד איבער די שאסייען פון איראק, מיט איין ציל: פאראייניגן דאס צעשפליטערט פאלק.

“אונזער ציל איז אז עס זאל הערשן אחדות” זאגט בילאל, א 42 יעריגער רעגירונג’ס איינגעשטעלטער וואס האט אויפגעשטעלט די “מאטארביציקלעך גרופע” אין יאר 2012.

בילאל וויל בעסער מאכן דאס אויסזען פון די גרופע וואס פארט ארום ווילד מיט די מאטארביציקלעך איבער די לאנד, און דאס אויסניצן פאר שלום, נאך יארן וואס פארשידענע פראקציעס אין איראק רייסן זיך ביי די קעפ.

עס איז דערפאר נישט קיין וואונדער אז די נומער איינס געזעץ פון זיין גרופע איז, צו פארבאטן סיי וועלכע שמועס איבער פאליטיק.

איינער וואס ווערט געכאפט רעדן פאליטיק – נישט קיין חילוק וואו אין דער וועלט, אפילו ביי זיך אין שטוב – באקומט א ווארענונג, און דערנאך א צווייטע, און דאן ווערט ער סוספענדירט פון די מאטארביציקלעך גרופע.

אזויפיל ווי 380 מענטשן זענען שוין אנגעשלאסן אין דעם מאטארביציקלעך גרופע, וואס באשטייט פון איראקער פון אלע סארטן גרופעס, רעליגיעס און יארגענג – אבער בלויז מענער.

טייל פון זיי זענען איראקער מיליטערלייט, אנדערע זענען פאליציאנטן, און צוזאמען מיט זיי זענען דא שאייאטישע מיליציע מיטגלידער. צווישן די מאטארביציקליסטן איז אויך פארהאנען קעמפער קעגן אייסיס.

כדי צו מאכן א גוטער איינדרוק האבן זיי א יוניפארם, גרויסע שווארצע היטלעך, און לעדערנע מאנטלען.

עס איז מאדנע צו באמערקן אז רוב פון זיי קענען זיך נישט ערלויבן א טייערער מאטארביציקל, דערפאר וועלן זיי קויפן א ביליגע, און דאס איבער פארבן מיט די קאלירן און מאדעלן פון טייערע מאטארביציקלעך, כדי עס זאל אויסזען מעכטיג…

קליקט אויף די בילדער עס צו זען קלארער

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.