דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ און דער צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן, וועלן זיך קומענדיגן חודש טרעפן פאר נאך א סאמיט, א האלבע יאר נאכן היסטארישן סאמיט אין סינגאפאר, ווי עס איז באשטעטיגט געווארן פארלאפענעם פרייטאג מיט דעם צפון קארעא שליח קים יאנג טשאל, אין די ווייסע הויז.
די ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע סענדערס האט געזאגט אז טראמפ האט גערעדט אין א 90 מינוטיגער שמועס מיט קים יאנג טשאל איבער די דינוקלעאריזאציע אין צפון, און איבער א פרישע סאמיט.
קים יאנג טשאל, האט פריער געהאט זיך געטראפן מיטן סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, אין א האטעל אין וואשינגטאן.
די ווייסע הויז האט געזאגט אז טראץ וואס די געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער גייען פאר, בלייבן אלע סאנקציעס אויף צפון קארעא פונקט ווי ביז היינט.
דער צווייטער סאמיט צווישן די צוויי פירער איז ערווארטעט פארצוקומען קומענדיגן ענדע פעברואר, און איר ציל איז צו איבערצייגן פיאנגיענג אויפצוגעבן זייער נוקלעארער פראגראם.
דאס ארט וואו דער סאמיט וועט פארקומען איז ווארשיינליך אין וויעטנאם, וואס איז א סימבאליש ארט, זייענדיג א קאמוניסטיש לאנד מיט גוטע באציאונגען מיט אמעריקע, אבער עס איז נאכנישט קלאר באשעטעיגט געווארן, און מעגליך אז עס וועט פארקומען אין א צווייטער לאנד, ווי טאילאנד אדער האוואי.
דאס קומט א קורצער צייט נאכדעם וואס די פענטעגאן האט פארעפנטליכט א ליסטע מיט לענדער וואס זענען א געפאר צו אמעריקע, און צווישן זיי ערשיינט אויך צפון קארעא אויף די ליסטע, טראצדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז צפון איז מער נישט קיין געפאר פאר אמעריקע.