אמווייניגסטנס 66 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך 71 זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א גאז פייפליין האט אויפגעריסן אין צענטראל מעקסיקא, וואס האט לויט די באאמטע פאסירט צוליב אן אומלעגאלער לאך וואס גנבים האבן געבויערט אינעם פייפליין.
די אומגעקומענע זענען אזעלכע וואס זענען געקומען כאפן גאז פון דעם לאך, און באצאלט פאר דעם שייגעץ שטיק מיט זייער לעבן.
די רעגירונגס נאפט ביורא האט געמאלדן אז די גאז ליעק האט צוגעברענגט צו דעם טויטליכן אויפרייס אינעם שטאט טאלאאלילפאן אין דער אידלאגא געגנט. דער פייפליין פירט גאז צו מעקסיקא סיטי, וואס געפינט זיך ארום 100 קילאמעטער ווייט פון וואו דאס אויפרייס האט פאסירט.
אין דער מעקסיקאנער מידיע האט מען געקענט זען ווידעאו’ס וויאזוי עס שפריצט גאז פון דעם ליעק, און מענטשן ארום שטופן זיך צו כאפן די גאז מיט פארשידענע סארטן טעפלעך און שיסלעך.
די גאז גניבות איז נישט קיין זעלטנהייט אין מעקסיקא, אין די ערשטע 10 מאנאטן פון יארע 2018 זענען פארגעקומען נישט ווייניגער פון 12,581 אומלעגאלע בויערונגען און לעכער אין די פייפליין פון דאס לאנד.
אין יאר 2010 זענען אומגעקומען 28 מענטשן, צווישן זיי 13 קינדער, ביי אן אויפרייס אין צענטראל מעקסיקא, וואס האט אויך פאסירט צוליב אן אומלעגאלער גאז ליעק.
דער נייער פרעזידענט פון מעקסיקא, האט איינגעשטעלט א 3 ביליאן דאלערדיגער פראגראם אפצושטעלן די סארט גניבות, און איינגעשטעלט 3,200 סאלדאטן וואס פאטראלירן די פייפליינס אין מעקסיקא.
Thanks for the amazing work
רייך, פראפעסינאל. וואוי.