טשיקאווע נייעס

והם רצים: א מאראטאן געלויף אין לענגסטן וויין קעלער איבער דער וועלט

דאס אז לאנגווייליגע גוים שטעלן זיך לויפן איבער די גאסן פאר א מאראטאן, צו זען ווער עס קען לויפן די שנעלסטע, איז ווייט נישט קיין חידוש.

אבער נעכטן איז דאס געלויף פארמעסט ארויף א שטאפל, נאכדעם וואס הונדערטער לויפער האבן אנטייל גענומען אין א מאראטאן פארמעסט וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין די לענגסטן וויין קעלער פון דער וועלט.

די מילטשי מיטש וויין קעלערן אין מאלדאווע, האט אין יאר 2005 געווינען דעם טיטל פון דער לענגסטער וויין קעלער איבער דער וועלט, דורך די גינעס ווארלד רעקארד באאמטע.

היינט צוטאגס געפינען זיך אין אירע קעלערן אזויפיל ווי צוויי מיליאן פלעשער וויין.

די לענג פון די קעלערן נעמען אריין אין זיך פינסטערע אונטערערדישע היילן, וואס געפינט זיך ארום 200 קילאמעטער נאנט צום הויפטשטאט קישינאוו. אבער די אנוועזנדע אינעם מאראטאן זענען – מיט די הילף פון פלעשלייט’ס – געלאפן בלויז צען קילאמעטער. 

כדי די לויפער ביים פארמעסט זאלן זיך נישט פארלירן, האבן די מאראטאן פירער געגעבן מאפעס מיט נעמען פון די “גאסן” אין דעם לאנגן קעלער.

צו מאכן קאלירפול דעם געלויף, האבן זיך געפינען דורכאויס די וועגן זינגער און טאנצער, וואס האבן געהויבן די געמיטער.

לויפער’ס פון איבער דער גאנצער וועלט האבן זיך באטייליגט אין דעם מאראטאן געלויף פארמעסט, צווישן זיי געסט פון אמעריקע, קאנאדע און אייראפע.

רוב פון די פארמעסט איז געווען אונטער דער ערד, אבער א טייל איז אויך געווען אויסגעפלאסטערט מיט שניי, וואו די לויפער’ס זענען פארוואנדלט געווארן אין גליטשער’ס…

אנקומענדיג צום ציל-פונקט האט מען געגעבן פאר יעדן לויפער  א ווארימע אויפנאמע און א גלעזל וויין.

מאלדאווע איז איינע פון די ארימסטע לענדער אין אייראפע, וואו עס וואוינען ארום 3.5 מיליאן בירגער. זי איז איינע פון די געציילטע וויין פראדוצירער וואס זענען אמאל געווען אונטער די סאוויעטן פארבאנד.

אירע ברענד’ס זענען פאפולער אין געוועזענע סאוויעטישע און קאמוניסטישע לענדער, אבער נישט איבער די איבעריגע טיילן וועלט.

איבער 10 פראצענט פון די מאלדאווע איינוואוינער שפייזן זיך פון די וויין פראדוקציע אינסודטריע, טראצדעם וואס אין יאר 2017 האט זי פראדוצירט בלויז 2.8 פראצענט פון די אינטערנאציאנאלער וויין מארקעט.

קליקט אויף די בילדער עס צו זען קלארער

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.