די נייע יאר למספרם האט זיך קוים אנגעהויבן, און שוין הייבט זיך אן די אינטערנעט באגרעניצונגען פאר פרייע מידיע און אינטערנעט אין אפריקע.
פארשידענע רעגירונגען איבער דעם אפריקאנער קאנטינענט יאגן זיך צו אויסשאלטערן זייער לאנד פון אינטערנעט, אין די מינוט וואס עס קומט א קריזיס איבער זיי.
מיטן אפהאקן די אינטערנעט, שפירן זיך די אפריקאנער דיקטאטורן און רעזשימען רואיגער און מער פארזיכערט פון אן אויפשטאנד, נאכדעם וואס די ארגאניזירער און ווידערשפעניגער פארמאגן מער נישט קיין גרינגע און באקוועמע קאמיוניקאציע מיטלען.
אין פאקט איז אין פארלאפענע יאר שוין געווען אזויפיל ווי 21 אפריקאנער לענדער, וואס זענען טאטאל אויסגעשאלטערט געווארן פון זייער אינטערנעט דורך די פירער פון לאנד.
פארלאפענע וואך האט די זימבאבווע רעגירונג גענצליך פארבאטן די אינטערנעט, נאכדעם וואס עס האבן אויסגעבראכן שטורעמישע און ווילדע פראטעסטן, אין ליכט פון די דראסטישע אויל פרייז העכערונג.
נעכטן האט די ‘דעמאקראטישע’ רעפובליק פון קאנגא נאכגעשפאנט אין אירע טריט, און אויסגעשאלטערט די אינטערנעט פון דעם גאנצן לאנד, קוים 20 טאג נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געווינען די וואלן, וויבאלד געוויסע האבן זיך דערוואגט הויך צו צווייפלען איבער די קראנטקייט פון די וואל אויסגאנג.
אויך אין די צענטראל אפריקאנער לענדל גאבאן איז קיין אינטערנעט נישט צום געפינען, נאך א דורכגעפאלענע פוטש פאר צוויי וואכן צוריק, ווי באריכטעט דא אויף אידישער ווינקל.
סודאן איז נישט אנדערש, נאך א ריזיגער זעלטענער און בראווער פראטעסט קעגן דעם ברוטאלער דיקטאטור עומאר על באשיר, וואס האלט שוין דאס לאנד ביים קארג פאר איבער דרייסיג יאר, האט זיך פלוצים אפגעהאקט די צוטריט צו אינטערנעט איבערן גאנצן לאנד.
גראדע איז נישט אייביג דער סיבה פון אינטערנעט אויסשאלטערונג איבערן לאנד עפעס אין פארבינדונג מיט א רעוואלוציע. נעמט א ביישפיל עטיאפיע, זייי האבן פאר צוויי יאר צוריק אפגעהאקט די אינטערנעט פאר א וואך, צוליב די הויך-שולע פארהער…
יא. א יאר פריער האט א סטודענט זיך איינגעבראכן אין די קאמפיוטער פון די ערציאונגס מיניסטעריום און ארויסדערווישט דעם ענדע-יאר פארהער פון דארט, עס איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן דורך די אינטערנעט צווישן די סטודענטן, און אזוי האט יעדער געהאט א הונדערט… כדי עס זאל נישט געשען נאכאמאל, האט מען אפגעהאקט די אינטערנעט פון דעם גאנצן לאנד ביז נאך די פארהער!
וויאזוי האקן די רעגירונגען אפ די אינטערנעט? דאס איז זייער פשוט; די רעגירונג באפעלט פאר די אינטערנעט פראוויידער’ס וואו צו אפהאקן דעם אינטערנעט.
די רעדע איז ממילא נישט פון די בעסטע אינטערנעט בכלל, איר קענט זיין זייער רואיג.
ווי עקספערטן זאגן, דארף יעדער אינטערנעט פירמע אדער פראוויידער אונטערשרייבן א קאנטראקט מיט די רעגירונג אז זיי וועלן פאלגן יעדע באפעל אפצוהאקן אינטערנעט פון יחידים אדער דער פובליק כדי צו באקומען א לעגאלער פערמיט, אין גאר אסאך אפריקאנער לענדער.
פארשטייט זיך אז די בירגער וועלן נישט שטיל שווייגן נאר פארזעצן זוכן עצות און תחבולות צו קענען עררייכן א טריט צו די אינטערנעט.
אין די דעמאקראטישער רעפובליק פון קאנג האט מען געטראפן א וועג וויאזוי צו כאפן אינטערנעט און עס פארשפרייטן, ציענדיג פארשידענע קוועלער פאר געוועב פון איבער די קאנגא טייך, אדער פון די ארומיגע לענדער ווי רוואנדא אדער אוגאנדא.
אין פאקט טוען די רעזשימען אליינס אויך ליידן פון דעם שריט, וויבאלד אויסשאלטערן אינטערנעט פון א לאנד באדייט א גרויסער פינאנציעלער קריזיס, די בענק קענען נישט געהעריג אנגיין, מען קען נישט צוקומען צום סטאק מארקעט, און מען קען נישט געהעריג מאכן געשעפטן און עקספארטירן אדער אימפארטירן סחורה.
אבער פאר זיי איז וויכטיגער צו האבן א בענקל ווי צו האבן א פאלק וואס איז זאט און צופרידן, טראץ וואס דאס אפעקטירט אויך זייער אייגענע קעשענע, ווען עס קומט צו שטייערן.