די צוטרוי וואס די רוסישע פאלק פארמאגט אין זייער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, האלט אצינד ביי די נידעריגסטע פון די לעטע דרייצן יאר.
דאס איז גאר א שווערע קלאפ פאר די קרעמלין, וואס ארבעט שווער אראפצומאלן דאס געשטאלט פון פוטין אלס דער פאטער פונעם פאלק, און א שטארקער, געלונגענער און אלמעכטיגער פירער, וואס זיינס א ווארט אפעקטירט דעם גאנצן ערד קוגל.
לויט די רעזולטאטן פון פרישע אנקעטעס, פארמאגן בלויז 33.4 פראצענט רוסישע בירגער צוטרוי אין פוטין, די נידעריגסטע ראטע זינט יארע 2006.
די אנקעטע רעזולטאטן מאכן נישט אן קיין באלדיגע פראבלעמען אויף פוטין, נאכדעם וואס ער האט פאראיאר געווינען אין א פרישע טערמין ביי די פרעזידענטליכע וואלן פאר פרישע זעקס יאר אויף די כסא מלוכה.
מיט דעם אלעם, קען דאס אין די צוקונפט שפילן א ראלע, ווייל אזא נידעריגע פראצענט צופרידנהייט ראטע מוטיגט פאטענציאלע קעגנער פון פוטין צו אנהייבן מיט פלענער צו לויפן קעגן אים, און אים ארויסזען פון דעם קרעמלין וואו ער זיצט שוין אזוי פיל יארן.
א טרייסט פאר די קרעמלין איז אבער א צווייטער אנקעטע, אז טראץ וואס מען האט נישט אין אים צופיל צוטרוי, איז אבער די פראצענט פון שטיצע צו אים ווייטער פעלזן פעסט, מיט א מערהייט פון איבער 60 פראצענט.
אין פארגאנגענהייט האט פוטין שוין אנגעצויגן 90 פראצענט שטיצע אין לאנד, אבער זיין פאפולעריטעט האט אנגעהויבן גיין בארג אראפ, נאכדעם וואס ער האט געהעכערט שטייערן, ארויפגערוקט די פענסיאנער יארגאנג, און נאך פארשידענע עקאנאמישע קוגלען וואס ער האט אפגעקאכט צום אומצופרידנהייט פון פאלק.
די סאמע העכסטע צוטרוי ראטע וואס פוטין האט אמאל געהאט איז געווען 71 פראצענט, וואס איז געקומען אין 2015, נאכדעם וואס ער האט אקופירט די קריימיע האלב אינזל פון אוקריינע.
אבער מיט די אלע שוואכע נומערן איז פוטין נאכאלץ דער סאמער מערסט געטרויבארער פאליטיקאנט אין לאנד.