די ווענעזועלער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן אונטערדרוקט א מיליטערישער פוטש פארזוך, און ארעסטירט 27 גענעראלן וואס זענען א טייל פון די נאציאנאלער גארד גווארדיע.
אין א מעלדונג וואס די רעגירונג האט ארויסגעשטעלט האבן זיי ארעסטירט די גענעראלן נאכדעם וואס זיי האבן גע’גנב’עט געווער פון מיליטער, און זיך באוועלטיגט אין די פריע פארטאגס שטונדן אויף די הויפטקווארטירן פון די נאציאנאלער גארד אפטיילונג וואס געפינט זיך הארט נעבן די פרעזידענטליכער פאלאץ אין די הויפטשטאט קאראקאס, נעמענדיג אלע וואס געפינען זיך אין איר אלס משכונות.
די איבערקערעניש האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס א ווידעא האט אנגעהויבן ארומפארן אין ווענעזועלע, וואו מען האט געזען א ווענעזועלער גענעראל וואס ווענדט זיך צום פאלק, אז זיי זאלן ארויסקומען אין די גאסן און רעוואלטירן קעגן דעם דיקטאטור ניקעלאס מאדורא.
דער גענעראל וואס ווערט געזען שטיין אינדערויסן פון די נאציאנאלער גארד הויפטקווארטיר, אפעלירט אז “ווענעזועלע בירגער, מיר דארפן אייער הילף” און ער רופט צו קומען ווידערשפעניגן אין די “רעזשים וואס מיר טוען נישט אנערקענען אין איר”.
“קומט ארויס אין די גאסן, מיר זענען דא, גענוי ווי איר האט געוואלט. איר האט אונז געבעטן ארויסצוקומען אינדערויסן און אייך באשיצן, באשיצן די געזעץ, אט דא זענען מיר. דא זענען די קרעפטן, מיר שטייען דא” שרייט ער מיט אייפער.
“מיר האבן דא די קרעפטן, ס’איז היינט. ס’איז היינט. מענטשן, קומט ארויס אין די גאסן אונז שטיצן, איר האט געוואלט זען די מיליטער אנצינדן דעם פייער. מיר צינדן דעם פייער אבער מיר דארפן האבן אייער שטיצע”.
גאנץ שנעל איז אבער דער פראוו געווארן דערשטיקט, נאכדעם וואס די רעזשים האט באלד ארויסגעשיקט אירע קרעפטן צום ארט, וואו זיי זענען אלע ארעסטירט געווארן נאך א קורצע און ווילדע שיסעריי אויסטויש.
דאס האט נאכגעפאלגט מיט א פראטעסט פון מענטשן וואס האבן אינטערגעצינדן מיסט קאסטענעס און אויטא’ס, און א טייל האבן קאנפראנטרירט מיט די רעזשים’ס זיכערהייט קרעפטן.
די פוטש פארזוך קומט בלויז א קורצע צייט נאכדעם וואס דער דיקטאטור פון ווענעזועלע איז איינגעשוואוירן געווארן פאר א צווייטער טערמין, וואס איז ווארשיינליך געקומען מיט פאלשע וואלן, און צענדליגע לענדער אנערקענען נישט מאדורא’ס רעזשים.
ווענעזועלע געפינט זיך יעצט אין א לאנגער עקאנאמישער קריזיס, מיליאנען בירגער אנטלויפן פון דארט, און עס הערשט א מאנגל אין וויכטיגע פראדוקטן א שטייגער ווי נארמאלע עסנווארג, און מעדעצינען.