איינער פון די גרעסטע נאציאנאלע מידיע און נייעס אגענטור און אמעריקא, “סי-ען-ען,” האט געמאלדן אז זיי גייען באיקאטירן דער פרעזידענט’ס פראגראם וואס גייט פארקומען די וואך אין ווייסן הויז, קומענדיג אין צייט וואס די נעטווארק רייסט זיך ארום מיט דעם פרעזידענט.

געווענליך א פרעזידענט און לאנד פירער האט שטארקע רעספעקט צו די מידיע, צוליב פאליטישע אגענדעס, ווילנדיג אז עס זאלן קומען גוטע באריכטן אין זיין ריכטונג, און אזוי קענען לויפן נאכאמאל אדער שטעלן א צווייטן מיט די זעלבע אנשויאונגען אדער פארטיי.

פרעזידענט טראמפ וועלכע איז אנדערש פון יעדע פאליטיקאנט ביז אהער, שפילנדיג פאליטיק אויף א וועג וואס מען קען קיינמאל נישט פאראויסזען, גייט זיך זיין וועג כאטש ער שטרויכלט זיך אן אין פראבלעמען, און האנקערט זיך איין מיט בייסיגע פיינט אין די מידיע וועלכע זוכן אלעמאל זיין נעגאטיווע זייט. טראמפ איז געווען אין די ליין פאר יארן, און קען גוט די מידיע, און טוט וואס ער וויל, נישט קוקנדיג וואס מען וועט אויף אים זאגן. און ווען עס ערשיינט א נעגאטיווער באריכט וועט ער אנשטאט זיך פארענטפערן אדער טוישן גאנג, שיסן קריטיק אין ריכטונג פון דער וואס האט אים נישט געדעקט לויט זיין הנאה.

יעצט איז געקומען א מעלדונג פון די סי-ען-ען נעטווארק אז זיי גייען נישט אנטיילנעמען ביי אן אווענט פאררופן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, און וועלן דאס באיקאטירן. א זאך וואס איז נישט אזוי גוט פארן בילד פון די פרעזידענט וואס צייגט אז ער קען זיך נישט אויסקומען מיט די פרעסע אין זיין אייגענע לאנד.

די טוויט דורך די ווארטזאגער פון די טראמפ אדמיניסטראציע, איבער די נייעס אז סי-ען-ען טוט באיקאטירן די ווייסע הויז פראגראם.

“…אין ליכט פון די פרעזידענט’ס נאכאנאנדע אטאקעס אויף די פרייהייט פון ווארט, און די סי-ען-ען נייעס אגענטור, שפירן מיר נישט אז עס איז פאסיג פאר אונז צו סעלעברירן מיט אים (טראמפ) אלס געלאדנטע געסט.” האט געזאגט דער דער סי-ען-ען ווארטזאגער, “מיר וועלן שיקן א ווייסע הויז באריכטער שטאב צו דער אווענט, און באריכטן אויב עס איז דא נייעס קרישקעלעך.” האט ער צוגעלייגט אין א סטעיטמענט.

די ווייסע הויז פרעס סעקרעטערי, סערע הוקעבי סענדערס, האט פרובירט אוועקמאכן די נעגאטיווע ווינטן מיטן שיקן א מעסעדזש אויף טוויטער, שרייבנדיג “די אטמאספער פון די סעלעבראציעס קומען אן שוין פריער, ענדליך איז דא גוטע נייעס פון סי-ען-ען…”

די פראגראם איז א יערליכע צוזאמקום אין די טעג בעפאר די חגאות, ווי דזשורנאליסטן און מידיע פערזענליקייטן קומען אריבער אין ווייסן הויז און פארברענגען מיט די אדמיניסטראציע, מאכנדיג גוטע באציאונגען, זעלבסטפארשטענדליך אז דאס ווערט שיין אנגעגרייט, און אויספלאנירט.

טראמפ איז שוין געווען בייסיג מיט די מידיע אין די צייטן ביים זיין א קאנדידאט, און זינט איבערנעמען דעם פרעזידענטליכן אפיס אראפזיגלענדיג פארשידענע פובליקאציעס און גרויסע נעטווארקס מיט זיין “פאלשע נייעס” סלאגאן, אריינגערעכנט סי-ען-ען וועמען ער האט גענומען אויף א שטארקערע מיסיע צו ארונטעררייסן.

טראמפ האט געשריבן מאנטאג אז “אלע נעטווארקס, אויסער פאקס נייעס, זאלן אריינגיין אין א פארמעסט צו זען ווער עס איז די מערסט קארופטירטע און אומריכטיגע נייעס אגענטור ביים באריכטן פאליטישע נייעס פון דער באליבטער פרעזידענט (מיך)”
ער האט אויך פארגעזעצט מיט זיין אטאקע אויף סי-ען-ען שבת, לויבנדיג פאקס נייעס, זאגנדיג אז “די קאנסערוואטיווע געשטימטע נעטווארק איז מער וויכטיג אין די פאראייניגטע שטאטן ווי סי-ען-ען,” צולייגנדיג אז “סי-ען-ען רעפרעזענטירט די לאנד גאר שוואך צו די איבריגע טייל פון די וועלט, צו וואס סי-ען-ען האט צוריקגעשאסן מיט א טוויט אז עס איז טראמפ’ס פליכט צו פארשטעלן אמעריקא פאר די וועלט, און סי-ען-ען וועט פארזעצן מיט באריכטן נייעס וויאזוי די פאקטן זענען; און גיין ווייטער כאטש וואס סי-ען-ען דזשורנאליסטן זענען אין גאר געפארפולע לענדער צו ברענגען נייעס, לייגנדיג זייערע לעבנס אין א סכנה בשעת’ן באריכטן.

די בילד וואס עס האט פארשפרייט די פערזענליכע פאטאגראפיסט פון געוועזענער פרעזידענט אבאמא, ווי ער קוקט זיך צו אויף באריכטן פון די פרעסע.

דער פערזענליכער פאטאגראפיסט פון דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט פארשפרייט א בילד ווי אבאמא בליקט אויף די נייעס העדליינס, צושרייבנדיג אז איינער פון די זיילן אויף וואס דעמאקראטיע און אמעריקא שטייען, איז פרייהייט פון די פרעסע, וואס רעכנט אריין טעלעוויזיע נייעס (מיינענדיג די אלע נעטווארקס וועמען טראמפ שטייט אין וועג) לאמיר זיין פארזיכטיג מיט מענטשן וואס טשעפענען מיט די ערשטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע.

יעצט בלייבט צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.