א די. ען. עי. טעסט וואס אוסטראלישע סייענטיסטן האבן דורכגעפירט, האט געבערנגט אן ענדע צו די לאנג-יעריגע קאנספיראציע טעאריע, אז דער נאצישער באנדיט און רשע רודאלף העסס איז אומגעברענגט געווארן, און ער איז אויפגעטוישט געווארן מיט א דאפלטער אין טורמע.
די טעסט האט אויפגעוויזן אז דער ארעסטאנט אינעם שעפנאדאו טורמע אין בערלין איז ווירקליך געווען דער וויצע פונעם גרוילהאפטיגן אשמדאי אדאלף היטלער ימח שמו וזכרו.
העסס איז געכאפט געווארן נאכן אפפליען קיין סקאטלאנד אין יאר 1941 למספרם אויף די אייגענע האנט, כדי צו צוריקהאלטן א קריג צווישן דייטשלאנד און ענגלאנד און ברענגען שלום צווישן די צוויי לענדער.
ער איז ארעסטירט געווארן אויף א לעבנסלענגליכע טערמין ביי די באקאנטע נירנבורג פראצעס. צוערשט האט ער געדינט דעם טערמין אין ענגלאנד, אבער שפעטער האט מען אים אריבערגעפירט צןם שפנאדאו טורמע אין בערלין.
אין יאר 1987 האט מען געפינען דעם פארשימלטן קערפער פון דעם “ארעסטאנט נומער זיבן”, ווי מען האט גערופן דעם ארכי מערדער, הענגען אין זיין צעל. ער איז געווען 93 יאר אלט ביי זיין פגירה. העסס איז געווען דער לעצטער ארעסטאנט אין יענעם טורמע, ווי נאר ער האט אפ’געפגר’ט, האט מען צעווארפן דעם טורמע.
עס זענען געווען אסאך קאנספיראציע טעאריעס אז דער ארעסטאנט נומער זיבן, מיט רודאלף העסס, זענען פאקטיש נישט געווען דער זעלבער מענטש.
די קאנספיראציע איז געווען געבויעט בעיקר אויף די פאקט אז דורכאויס די לאנגע יארן וואס ער האט געשימלט אין טורמע, האט ער זיך בשום אופן נישט געוואלט טרעפן מיט זיין פאמיליע מיטגלידער.
באזונדער האט מען אנגעוויזן אויף זיין קערפער אז עס איז נישט די זעלבע קערפער וואס העסס האט פארמאגט.
איינער פון די גרעסטע שטיצער פון די קאנספיראציע טעאריע איז געווען יו. טאמעס, וואס האט געדינט אלס דאקטער פון העסס אין טורמע.
לויט אים איז העסס אומגעברענגט געווארן דורך בריטישע שפיאנאזש אגענטן פארשטעלט אין אמעריקאנער מונדירן, וויבאלד ער האט געהאט אינפארמאציע אויף ענגלאנד וואס דאס לאנד האט נישט געוואלט אז די וועלט זאל וויסן.
סייענטיסטן אינעם זאלצבורג אוניווערזיטעט האבן באשלאסן צו דערגיין דעם ווארהייט פון די אלע טעאריעס, און גענומען א די. ען. עי. פראבע פון א משפחה מיטגלידער פון העסס, און דאס פארגליכן צו די בלוט עקזעמפלארן וואס מען האט גענומען פון ארעסטאנט נומער זיבן אין די שפנאדאו טורמע.
און יא, די פראבע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס קראנט, דער ארעסטאנט מיט רודאלף העסס איז געווען דער זעלבער מענטש.