די יאפאנעזער פאליציי האט ארעסטירט צוויי איזראעלי בירגער וואס זענען פארדעכטיגט אין שווערצן גאלד באר’ס אין ווערד פון 17.3 מיליאן דאלער, פון האנג קאנג קיין יאפאן , פארשטעקט אין טיילן פון קאר’ס.
לויט די יאפאנעזער פרעסע האט מען זיי געכאפט שווערצן אזויפיל ווי 420 קילאגראם מיט גאלד אין צוויי באזונדערע שווערצונגען, די צווייטע האט געבראכן דעם רעקארד פון די סאמע גרעסטער גאלד שווערצונג אין יאפאן.
די צוויי איזראעלי בירגער, דער 58 יעריגער ראובן ראזען און דער 55 יעריגער דוד כהן, פירן א ביזנעס וואס עקספארטירט און אימפארטירט שטיקער מעטאל צו פארכעטן קאר’ס. זיי ביידע וואוינען לעגאל אין טאקיא און האבן געהייראט מיט יאפאנעזער ה”י.
זיי ווערן אנגעקלאגט אין זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן. אום נאוועמבער 2017 האט די פאליציי געכאפט א ליפערונג פון 200 קילאגראם גאלד באר’ס אין ווערד פון 924 מיליאן יען – וואס איז ווערד 8 מיליאן אמעריקאנער דאלער – אינע נאריטא לויפטפעלד נעבן טאקיא, אויף וואס מען דארף לעגאל באצאלן 74 מיליאן יען אין שטייערן – וואס קומט אויס 670,000 דאלער.
די פאליציי קוקט זיי שוין נאך א שטיק צייט, און לויט די יאפאנעזער פאליצייאישער שאצונג האבן די צוויי שוין געשווערצט אזויפיל ווי 4 טאן פון גאלד, אין 50 באזונדערע שווערצונגען זינט דעמאלט, און נאכן נאכגיין פון וואו די גאלד פארט ארויס, זענען זיי אנגעקומען צו די צוויי איזראעליס.
ראזען האט שוין מודה געווען אז ער ארבעט מיט א גאלד-שווערצונג גרופע פון האנג קאנג, אין די צייט וואס כהן לייקנט שטיין אין ביין צו האבן סיי וואספארא שייכות מיט די גאנצע שווערצונג.
א חילול ה’
שיקט אריין צי מיין אימעיל אלע ניעס