אידישע נייעס

‘פארשטינקענער איד’ בלבול אויף אן אמעריקען עירליינס פליגער

א אידישער פארפאלק איז פארטריבן געווארן אין אמעריקע פון אן אמעריקען עירליינס פליגער, נאך א געהעריגע פארצייטישע ‘פארשטינקענער איד’ בלבול.

די אינצידענט האט פאסירט פארלאפענעם מיטוואך, ווען די אידישע אדלער פארפאלק וואס וואוינט אין סאוטפיעלד, זענען אראפגעצווינגען געווארן פון א פליגער צוריק צו זייער היים צוזאמען מיט זייער קליינע איינס אהאלב יעריגע קינד.

דאס פארפאלק וואס מאכט נישט קיין סוד פון זייער אידישקייט, גייענדיג אנגעטוען מיט די אידישע טראגע, זענען צוריק פון א וואקאציע אין מיאמי.

געציילטע מינוטן נאכן זיך אראפזעצן אויף די זיצן, איז צוגעקומען צו זיי איינער פון די פליה מאנשאפט, און געהייסן אראפגיין פון פליגער, צוליב א וויכטיגע סיבה.

נאכן אראפגיין פון די פליגער האט מען זיי קלארגעשטעלט אז די פאסאזשירן האבן זיך אפגערעדט אז עס גייט פון זיי א שווערע גערוך, און דערפאר מוזן זיי פארלאזן דעם פליגער…

די ערשטוינטע פארפאלק האבן קלארגעשטעלט אז זיי האבן נארוואס גענומען א באד און פרישע וועש, און זיי האבן אפילו אנגעטראגן צו לייגן אויף זיך א געשמירעכץ וואס נעמט אוועק די שווייס גערוך, אבער דער פילאט האט נישט געלאזט אז מען זאל זיי צוריק ארויפלאזן אויפן פליגער.

אמעריקען עירליינס האט זיי פארשפראכן אז די פעקלעך וועלן אראפגענומען ווערן פון פליגער, אבער עס האט נישט פאסירט, די פליגער האט זיך געהויבן מיט זייערע געפעק, זיי איבערלאזנדיג בלויז מיט א פאר וועש, און אן קיין וועגעלע פאר זייער בעבי.

עס שיינט אז דאס איז געווען א געהעריגע אנטיסעמיטישער אינצידענט, וואס האט זיך קלאר ארויסגעוויזן נאכדעם וואס מר. אדלער האט געזאגט פאר איינעם פון די מאנשאפט אז “מ’האט מיר אראפגענומען פון פליגער וועגן מיין רעליגיע”, און יענער האט צוריק געפרעגט: “וואס? דו גייסט נישט אין באד צוליב דיין רעליגיע?”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

    • ימח שמו פאר די יעניגע וואס האבן אזוי ביליג פארשעמט א איידעלע פאר פאלק פארן איינציגן זונד פין זיין א איד עס דארף טומלען איבעראל אזאנס טאר נישט פארשוויגן ווערן

    • ס’איז פארגעסן געווארן אז:
      מיר זענען אין גלות.
      איך פארשטיי אז מען ווערט אויפגעהיצט ווען גוים טוען זאכן אקייגן אידן. אבער דער באשעפער האט דאס אונז געשיקט, ער האט געמאכט אז ‘עשיו שונא ליעקב’, און האט אונז באפוילן זיך צו פירן מיט ”הכנעה” אקעגן די גוים.
      הכנעה מיינט, אז ער איז העכער מיר, און איך בין אונטער אים.
      רודערן און טומלען גייט קעגן די גייסט פון גלות, און האט במשך הדורות געברענגט ביטערע קאנסקווענצן.
      די וואס פילן אז ”מיר זענען גלייך מיטן גוי, און ווען ער דיסקרימינירט אקעגן מיר וועל איך טומלען אין די פרעסע, דאס איז קעגן דעם גלות, און ברענגט ליידער ביטערע, און שרעקליכע קאנסקווענצן.

  • עס לאזט זיך נישט גלייבן. קיין איין אירליין זיכט נישט קיין לא סאיטס אויף דיסקרינאציע. כוואלט געוואלט הערן פין פאסענזשירן אויפן פליגער וואס איז דא געוועהן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.