פרעזידענט טראמפ’ס געוועזענער נאנטער קאמפיין ראטגעבער ראדזשער סטאון איז היינט גאר פריה פארטאגס ארעסטירט געווארן דורך די עף. בי. איי. אין פלארידע, וועלכע זענען געקומען באוואפנט מיט הייס געווער, און אין באגלייטונג פון די סי. ען. ען. מידיע נעץ.
סטאון ווערט באשולדיגט אויף זיבן קלאגעס דורך די ספעציעלער פראסיקיוטער ראבערט מוללער, אין פארבינדונג פון די רוסלאנד-פארבינדונגען אויספארשונג, כאטש וואס די קלאגעס זעלבסט האבן קיין שייכות מיט קאלוזשען, נאר מיטן ליגענט זאגן פאר אויספארשער און טשעפענען עדות.
די ווייסע הויז האט געמאלדן אז די קלאגעס האבן נישט קיין פארבינדונג מיט טראמפ, און אז דער פרעזידענט האט גארנישט געטון אומלעגאל.
סאטון האט געדינט אלס ראטגעבער פאר טראמפ אין די טראמפ וואל קאמפיין אין יאר 2015, אבער ער האט פארלאזט די קאמפיין נאכן זיך נישט פארשטיין מיט טראמפ.
דורכאויס די אויספארשונגען האט מען נאכגעקוקט איבער מעגליכע פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין און די וויקעליקס פירמע, כדי צו שאפן שמוץ אויף טראמפ’ס אפענאנטן דורך געהעקטע אימעילס.
אין די פארגאנגענהייט האט זיך שוין סטאון געוויצלט אז ער דארף זיין געווארנט נישט צו טרינקען רוסישע וואדקע, ווייל מוללער וועט אים נאך איין טאג קומע ארעסטירן… זעט אויס אז ער האט פאראויסגעזען וואו ער וועט ענדיגן.