אידישע נייעס

האלאקאסט מאנומענט וואנדאליזירט אין גריכישע אריסטאו אוניווערזיטעט

אומבאקאנטע אנטיסעמיטן האבן דעם פרייטאג וואנדאליזירט א האלאקאסט מאנומענט אין די אריסטאו אוניווערזיטעט אין סאלונקי, גריכלאנד, וועלכע פאראייביגט די אידישע בית החיים וואס איז אויסגעריסן דעווארן דורך די נאצישע חיות דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג.

די אוניווערזיטעט פארוואלטונג האט שארף פארדאמט דעם אינצידענט, זאגנדיג אז די שרעקליכע פיינטשאפט, ראסיזם און בלינדע גיפט, מוז זאפארט קומען צו אן אפשטעל.

עס איז שוין דער פערטער מאל וואס דער זעלבער מאנומענט ווערט וואנדאליזירט דורך א גרופע נעא נאציס. קוים אינעם פארלאפענעם יולי למספרם איז שוין דער מאנומענט וואנדאליזירט געווארן, ווערנדיג אנגעפירקלט מיט א האקן קרייץ.

דער סאלונקי מעיאר יאניס בוטאריס האט געשריבן אויף זיין טוויטער אונטער א בילד פון דאס וואנדאליזירטער מאנומענט: “נאכאמאל שטייען מיר קעגן וואנדאליזם וואס די פאשיסטן מאכן קעגן אידישע אינטערעסן. יעצט איז די צייט וואס די געזעלשאפט דארף אויסשפייען די פאשיסטישע אומטאלערירנדע פאשיסטן”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.