א גאר זעלטענע ביכעלע איז ארויסגעוואקסן, וואס איז געווען דער אייגענטום פונעם צורר היהודים היטלער ימ”ש, וואו ער שרייבט דארט א גענויער פלאן וויאזוי אפצעווישן ח”ו דאס אייראפעאישער, און קאנאדישער אידנטום ה”י.
די היסטארישער ביכעלע לויט א באריכט איז אפגעקויפט געווארן דורך די קאנאדישער נאציאנאלער ארכיוו, כדי דאס צו אוועקלייגן צווישן היסטארישע דאקומענטן, פאר 4,500 דאלער.
דאס ביכעלע – וואס פארמאגט נישט מער ווי 137 בלעטער – פארמאגט אין זיך די א דאטע מיט אינפארמאציע איבער פארשידענע אידישע קהלות און ארגאניזאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע, וואס איז צוזאמענגעקליבן געווארן אין יאר 1944 דורכ’ן פארשער היינס קלאוס.
לויט עקספערטן איז די רעדע איבער א גאר וויכטיגע און גלייכצייטיג שוידערליכע דאקומענט, וואס ווייזט א פונקטליכע סקיציע פון היטלער ימ”ש, וויאזוי צו אפמעקן די אלע אידישע קהלות.
עס איז שאקירנד צו זען וויאזוי דער פארשער האט אלעס געמאכט מיט א פונקטליכקייט, און געשריבן פארשידענע קליינע פארשטופטע אמעריקאנער און קאנאדישע שטעטעלעך וואו עס זענען געווען קהלות פון געציילטע אידן, וואס זענען אויך געווארן אויסגעפארשט ביז צום לעצטן דעטאל, און נישט בלויז די ריזיגע שטעט.