צוויי באוואפנטע פארשוינען האבן געשאסן אויף א קאר וועלכע האט געפירט אן ארעסטאנט צום געריכט אין פראנקרייך.
דער ארעסטאנט האט באוויזן צו אנטלויפן מיט די צוויי באוואפנטע פארשוינען, און צוויי טורמע וועכטער זענען פארוואונדעט געווארן פון די שיסערייען.
די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט היינט אום 8:30 פראנצוזישער זייגער, אינדערויסן פונעם געריכט זאל אין שטאט טראסקאן אין דרום פראנקרייך, ווען לאפטי בוסוואק, דער 27 יעריגער פארברעכער, האט געזאלט אויפטרעטן פאר א ריכטער.
דער ארעסטאנט איז ארעסטירט געווארן אין סעפטעמבער 2017 אויף א באוואפנטע רויבעריי, נאכן שוין האבן אויף זייו ליסטע 14 אנדערע הארבע פארברעכנ’ס אויף וואס די פאליציי האט אים געזוכט.
די צוויי באוופנטע פארברעכער וואס זענען געקומען אויסליזן בוסוואק, האבן געלאקערט נאך די טורמע קאר וועלכע האט אים געפירט, און ווען דער קאר האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די געריכט זאל, האבן זיי באלד געעפנט פייער.
עטליכע קוילן האבן געשעדיגט דעם קאר, אריינגערעכנט דעם פאדערשטן דרייווער פענסטער. אמווייניגסטנס 11 קוילן זענען געפינען געווארן אויפן סצענע, טייל פון זיי זענען געאייגנט צו גענוצט ווערן דורך אויטאמאטישע וואפן.
די דריי טורמע וועכטער וואס האבן באגלייט בוסוואק צום טורמע זענען געצילט געווארן, און די וועכטער האבן אנגעהויבן צו ציטערן פון די אומגעראכטענע אטאקע.
“דער ערשטער וואס איז ארויסגעקומען פון קאר איז געשאסן און פארוואונדעט געווארן” פארציילט דער אנקלאגער. “דער צווייטער איז פארוואונדעט געווארן פון די שטיקער גלאז, נאכדעם וואס די געשאסענע פענסטער פון די קאר האבן אים באטראפן”.
די וועכטער האבן ארויסבאגלייט דעם פארברעכער פון די טורמע אין באזייא וואס געפינט זיך 150 קילאמעטער פון געריכט זאל, און האבן שטארק אכטונג געבגעבן אויף אים.
“ער האט שוין עטליכע מאל פרובירט צו אנטלויפן פון די טורמע” זאגט קארים טערקי, דער ווארטזאגער פון די טורמע וועכטער פאראיין. “זיינע וועכטער זענען געווען נאאיו, ער האט געשפילט א וואוילער מעקעלע אויפן וועג צו געריכט, און זיי דערמיט פארנארט אז ער וויל נישט אנטלויפן”.
דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס א פארברעכער אנטלויפט פון די פראנצויזישע טורמעס. א האלבע יאר צוריק האבן מיר דא באריכטעט איבער די אנטלויף פון דער 45 יעריגער אראדואן פאאיד, וואס איז אנטלאפן פון א פראנצוזישער טורמע, דורך א העליקאפטער.
באזונדער איז א צווייטער ארעסטאנט אנטלאפן נישט לאנג צוריק פון א פראנצוי זישע טורמע מיט די הילף פון צוזאמענגעשטעלטע ליילעכער, און טראץ וואס די וועכטער אינעם וואך-טורעם האבן געשאסן אויף אים, איז אים געלונגען צו אנטלויפן פון טורמע אן צו ווערן ערנסט געשעדיגט.
קליקט אויף די בילדער עס צו זען קלארער