א נאנטער צום פרעזידענט פון דרום קארעא, מאן דזשעי אין, איז נעכטן פאראורטיילט געווארן פאר צוויי יאר אין טורמע, פארן פעלשן לייקס אויף פאוסט’ס וועלכע האבן געשטיצט די קאנדידאטור פון זיין נאנטער, ווען מאן איז געלאפן פאר פרעדיזענט אין דרום.
דאס אריינשליידערן קים קיאנג סאו אין טורמע, וואס איז געווען א פאטענציאלער פרעזידענט קאנדידאט אין דרום קארעא, איז א פרישע פראסק פאר פרעזידענט מאן, וואס זיין צופרידנהייט ראטע טראסקעט לעצטנס אראפ אין גרויסן, נאכדעם וואס ער וואס עס זענען דא ערנסטע קארופציע אויפדעקונדען אין זיין אדמיניסטראציע, און די עקאנאמיע אין לאנד הינקעט אויף ביידע פיס.
אין געריכט האט מען אנגעקלאגט קים קיאנג סאו, אז ער האט זיך באנוצט מיט א ספעציעלער אויטאמאטישער לייק פראגראם, כדי אז יעדער לייק וואס איז לטובת מאן דזשעי אין זאל שטייגן מיט עטליכע מאל אזויפיל לייקס וויפיל עס האט באמת, און אזוי האט ער פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן.
למעשה איז עס געלונגען – כ’ווייס נישט צו וועגן זיינע לייקס אדער נישט, אבער אין פאקט – מאן האט ווירקליך געווינען די פרעזידענטשאפט.
“קים האט באקומען אסאך הילף מיטן פארדרייען די מיינונג פונעם פאלק צו זיין ריכטונג” האט זיך דער ריכטער סאנג טשאנג האו געאייסערט אין געריכט, קלאפנדיג די האמערל. אבער אויך נאכן באשולדיגונג קים געלייקנט און געזאגט אז דאס איז א בלבול, און אז “איך בין דא צו פארטיידיגן אמת און יושר ביזן סוף”.
דער אדוואקאט פון קים קיאנג סאו זאגט אז די אורטייל איז נישט קיין יושר’דיגע, וויבאלד די גאנצע באווייז קעגן אים איז לעכערליך, און קומט פון מענטשן וואס האבן פריוואטע סכסוכים מיט אים.
אויך קים דאנג וואן האט באקומען אן אורטייל פון דריי און א האלב יאר אין אורמע. וואן וועלכער איז באקאנט מיט זיין ניק-נעים “דראנגינג”, איז א פאליטישער בלאגער וועלכער ווערט באשולדיגט ארויסהעלפן מיט טעכנישע חלקים צו פעלשן די לייקס אויף סאציאלע מידיע.
קים קיאנג סאו איז נישט אבי ווער. ער איז דער מעיאר פון דרום גיאונגסנאג, און די געריכט אורטייל באדייט אז ער קען מער נישט דינען אלס מעיאר. דער פרעזידענט’ס פארטיי האט שארף פארדאמט די אורטייל זאגנדיג אז זיי האבן מיטלייד מיט קים, וואס איז געפאלן א קרבן און דינט אין טורמע טראץ וואס ער איז נישט באנגען קיין שום פארברעכן.
דער פרעזידענט’ס פארטיי גרייט זיך יעצט צו וואלן אין די פארלעמענט וואס וועט פארקומען קומענדיגן יאר, אבער דערווייל איז געהאקטע צרות פאר די פארטיי. כדי צו הייבן זיין מאמענטום האט דער דרום פרעזידענט אויפגענומען פרישע הויכראנגיקע גענעראלן אין אויסטויש פון זיינע קארופטירטע באאמטע.
Post Views:
407