היסטארישע פרעסטן – אמעריקא זעט היסטארישע פרעסטן וואס מען געדענקט שוין נישט אין יארן, ספעציעל אין די צפון שטאטן און די מידוועסט-ראיאנען. די שטערבליכע פרעסטן האבן פארכאפט די העדליינס, און מען זעט נאכאנאנדע בילדער און ווידעא ווי מענטשן צייגן וואספארא שטארקע אפעקטן די קעלט האבן, א שטייגער ווי מענטשן וואס ווארפן הייסע וואסער אין די לופטן און דאס ווערט פארפרוירן צו אייז שטיקער נאך אינמיטן פאלן צו דער ערד, אדער מאמענטן ווי פייערלעשער באקעמפן פיייערן אין די פרעסטן און אלעס ווערט איינגעהילט אין דיקע הארטע אייז וואס פארשווערן די ארבעט.
טויטליכע פארלוסטן – די פרעסטן האבן אויך פאראורזאכט פארלוסטן, אין די די נארטערן פלעינס (א ראיאן וואס נעמט אריין טיילן פון די אמעריקאנער סטעיטס מאנטענא, ווייאמינג און סאוט דעקאטע) און יעצט שרייבנדיג די באריכט האלט מען שוין ביי 8 אומגעקומענע. 2 מענטשן זענען פון דעטרויט.
א סטודענט אין אייאווע יוניווערסיטי מיט’ן נאמען דזעראלד בלעז, וועלכע האט שטודירט מעדיצין איז אומגעקומען אום מיטוואך, צוליב די שווערע וועטער וועלכע איז ביי יענע צייט געווען 51 דעגריס. אין מילוואקי, וויסקאנסין, איז א 55 יעריגער מאן געווארן געטראפן פארפרוירן צום טויט, שטייענדיג נעבן א שניי-שאוול בעפאר זיין גאראדזש. אן אנדערער מאן איז אומגעקומען דורך א גיגאנטישער שניי-פיצער טראק, לויט ווי די פאליציי געבט איבער.
רעקארד טעמפרעטוארן – די ווינטן אין שיקאגא האבן געטריבן די טעמפעטשערס פון מיינוס 52 אום מיטוואך, זייענדיג די קעלטסטע ציפער אויפן רעקארד זינט 1985 אין מיניאפעליס איז די וועטער געווען ביי מיינוס 55 אויך זייענדיג דער קעלטסטער ציפער זינט 1985.
אן די ווינטן זענען די טעמפרעטוארן געווען אין די מיינוס צוואנציג נומערן אום מיטוואך, און אין די מיינוס 30 נומערן אום דאנערשטאג צופרו.
נייע הויכע רעקארדס – 2 שטעט אין אילינויס, ‘מאלינע, און ראקפארד’ האבן געבראכן נייע הויכע קעלט-רעקארדס היינט דאנערשטאג, מיט א פארפרוירענע טעמפרעטוארן פון מיינוס 33 דעגריס און מיינוס 31 דעגריס. די שטאט קעדער-רעפידס אין אילינויס האבן אויך געזען נייע רעקארד הויכע פרעסטן פון מיינוס 30 דעגריס.
אויך זענען געבראכן געווארן רעקארדס פון נידריגע טעמפרעטוארן אין שיקאגא היינט דאנערשטאג, מיינוס 21 דעגריס (די וועטער אן די ווינטן) מעדיסאן, וויסקאנסין, מיינוס 26 דעגריס, און מילוואקי, מיינוס 23 דעגריס.
אין די מזרח: ניו-יארק סיטי האט געזען טעמפעטשערס פון 2 דעגריס, די שטאט’ס קעלטסטע טאג אין 3 יאר.
פילאדעלפיע האט דערגרייכט טעמפרעטוארן פון 5 דעגריס, מיט א ווינטן קעלט פון מיינוס 11, די קעלטסטע טאג דערווייל אין דעם יעריגן ווינטער. באסטאן איז אויך געפאלן מיט 5 דעגריס מיט א ווינט קעלט פון מיינוס 16.
עלעקטריציטעט אנשטרענגונג – אין מישיגען, האט דער גאווערנער געבעטן מען זאל אראפמאכן די טעמפרעטוארן נידריגער צוליב א גאר גרויסער אנלייגעניש און פארלאנג פאר עלעקטריציטעט וואס שטרענגען איבער דעם שטאטישן סיסטעם.
שטעט פאראליזירט – די וועטער האט פארקריפלט די פארשידענע טראנספארטאציע סערוויסעס, און פארשידענע מעטאדן זענען גענוצט געווארן דאס צו פארבעסערן, ווי אין שיקאגא וואו ארבעטער האבן אונטערגעצינדן באן-שינעס דאס צו באפרייען פון אייז שטיקער.
איבער 8,000 פליגערס זענען געווארן געקענסלט אין די פאראייניגטע שטאטן זינט מאנטאג, און נעכטן מיטוואך אליינס זענען מער ווי 1,800 פליגערס געווארן געקענסלט אין שיקאגא.
שנעלע שנייען ראטע – אין באפעלאו, ניו יארק, ווי עס איז געפאלן 20 אינטשעס פון שניי, האט די לופטפעלד אפגעשטעלט רוב פון אירע רייזעס אום מיטוואך. איבער א פיס שניי איז נאך ערווארטעט צו אראפקומען איבער מערב ניו-יארק.
אין קאמף מיט די שניי – אין עליסבורג, ניו-יארק זענען שניי געפאלן אויף א שנעלקייט ראטע פון 2 ביז 3 אינטשעס פער שעה, היינט דאנערשטאג, און איינוואוינער האבן אנגערופן דאס פוצן די שניי א נאכאנאנדע קאמף… ווייל אין די מינוט וואס מען ענדיגט איין זייט שארן, איז שוין די אנדערע זייט צוריק פארשנייט.
שטיקל חיזוק – דורכאויס שבת וועלן געוויסע געגנטער שפירן כמעט 100 דעגריס ווארעמער ווי עס איז יעצט.
זאלט איר האבן א געזונטן ווארימען ווינטער…