א מאן אין די פיליפינען האט געביסן א קראקאדיל, כדי צו ראטעווען זיין 12 יעריגער קינד פון דעם געפארפולן פארציקער.
די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט ביים טייכל נאנט צו וואו די פאמיליע וואוינט אין די שטעטעלע באלאבאק. דאס קינד דיעגא אבהולהאסאן איז געשווימען מיט זיין יונגערע ברודער רואיגערהייט אין דעם טייכל.
פלוצלינג האט אים א קראקאדיל אטאקירט און אנגעהויבן צו שלעפן ביים ארעם צו אונטער די וואסער. דער טאטע, טייעדזשא אבהולהאסאן – וואס האט געהערט די ביטערע געשרייען ביז צו זיין שטוב, איז באלד געקומען צו לויפן.
אויפן וועג האט ער געכאפט א ברעט, און אריינגעשפרינגען אין וואסער, זיך נעמענדיג זעצן אויף די נאז פונעם קראקאדיל מיט גרויס קראפט, אבער דער קראקאדיל האט נישט געהאלטן ביים נאכלאזן קיין טראפ, נאר ווייטער אנגעהאלטן דאס קינד מיט א פעסטקייט.
דאן האט דער טאטע געכאפט איינע פון די פיס פון דעם קראקאדיל, און דאס אנגעהויבן צו בייסן איינמאל און נאכאמאל, און דאן האט דער קראראדיל באפרייט דיעגא, און אפגעטראגן פון ארט.