עטליכע שימפאנזעס אין א טיערגארטן אין בעלפאסט, צפון אירלאנד, האבן זיך באנוצט מיט צווייגן צו בויען לייטערס, און זענען אנטלאפן פון זייער שטייג…
די היטער אינעם טיערגארטן זאגן אז די שמיפאנזעס האבן זיך געהאט שווארע צווייגן וועלכע האבן זיך אפגעבראכן פון די ביימער ביים האריקעין וואס האט לעצטנס באטראפן דעם געגנט.
באזוכער אינעם טיערגארטן נעכטן האבן זעגען וויאזוי די שימפאנזעס פארארבעטן מעשים אויף זייער וועג צו פרייהייט. איינער האט אפילו אפגעכאפט וויאזוי זיי קריכן ארויף אויף די צווייגן, און דערנאך פארגעזעצט צו קריכן אויפן וואנט.
איין שימפאנזע איז אריבערגעשפרינגען דעם וואנט און אנגעהויבן צו שפאצירן אויף דעם אויסגעפלאסטערטן וועגל אינדערויסן פון זיין שטייג…
עלין קיירענס, איינער פון די ארבייטער אינעם טיערגארטן, האט געזאגט פאר BBC אז די שימפאנזעס האבן אויסגענוצט די שאדן וואס די לעצטיגע שווערע וועטער האט אנגעמאכט פאר די טיערגארטן.
“זיי זענען קלוגע באשעפענישן, און ווייסן אז זיי באלאנגען אין שטייג” זאגט ער.
למעשה זענען די אנטלאפענע שימפאנזעס געווארן צוריק וואויל, און זיך צוריקגעקערט פון זיך אליינס צו זייער שטייג, נאך א קורצע צייט.
קליקט אויף די בילדער עס צו זען קלארער: