די קבר פון הגאון הרב יהודה זאב סגל זצ”ל ראש ישיבת מאנטשעסטער, איז פארלאפענעם שבת גאר שוידערליך און נידעריג פארשוועכט געווארן דורך וואנדאלן.
די גרוילהאפטיגער געמיינער און נידעריגער אקט איז פארדאמט געווארן דורך די פאליציי אפיצירן פון ווייטפיעלד, וועלכע האבן באטיטלט דעם שרעקליכן אקט אלס אן “אויסדרוקליכער בושה פאר דאס מענשהייט”.
אנהייב האט די פאליציי געזאגט אז עס איז ווארשיינליך דורכגעפירט געווארן דורך צוגיינער וועלכע האבן געוואלט רויבן די קופערנע רערן פון דעם אוהל, צייגנדיג אז די קראנען אינעם אוהל איז אויסגעריסן געווארן און אירע רערן זענען פארשוואונדן.
אבער די עסקנים האבן דאס נישט אזוי שנעל אפגעקויפט, צייגנדיג אויף די אראפגעווארפענע ספרים און סידורים וועלכע זענען געלעגן בבזיון ארום דעם אוהל, זאגנדיג אז דאס איז קלאר אנטיסעמיטיזם, וועלכע קומט א וואך נאכדעם וואס באריכטן וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן ווי אנטיסעמיטיזם איז דראסטיש געשטיגן אין אייראפע.
הגאון רבי יהודה זאב סגל זצ”ל האט געדינט אלס ראש ישיבת מאנטשעסטער, און איז באקאנט אלס איינער פון די תלמידים מובהקים פון דעם הייליגן חפץ חיים זצ”ל.