• פארבינדט אייך מיט אונז
Yiddishe Vinkel – אידישער ווינקל א רואיגער ווינקל אין דער רוישיגער געוועב
  • אידישע און אלגעמיינע נייעס
  • פארשידנס
  • ווידעא
  • בילדער
  • די וועטער
  • זמנים
  • מוזיק
  • גליונות

סובסקרייבט אייך דורך אימעיל

לייגט אריין אייער אימעיל אדרעס זיך צו סובסקרייבן, און באקומען מעלדונגען איבער פרישע פאוסטס אין אייער אינבאקס
Loading
אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

איראנער וויסנשאפטלער דעפעקטירט קיין ענגלאנד אויף אימיגראנטן שיפל

ו׳ אדר א׳ תשע״ט
קיין באמערקונגען
דורך: זונדל שאלאמאן
דורך: זונדל שאלאמאן

ענגלאנד האט זיך באנוצט מיט די אימיגראציע קריזיס, צו העלפן אן איראנער וויסנשאפטלער וואס האט געוואלט דעפעקטירן צו די מערב וועלט, מיט די הילף פון די אמעריקאנער און איזראעלישער שפיאנאזש אגענטורן.

דער 47 יעריגער איראנער וויסנשאפטלער איז אנטלאפן דורך א אויפבלאז שיפל פיל מיט איראנער אימיגראנטן, וועלכע האט אריבערגעשפרייזט די ענגלישער קאנאל פון פראנקרייך קיין בריטאניע, און האט דערגרייכט די שטאט קענט עטליכע טעג בעפאר די נייע יאר.

די אקציע איז דורכגעפירט געווארן אין א געמיינזאמע מיסיע צווישן די ענגלישע MI6 שפיאנאזש אגענטור, די אמעריקאנער CIA  און דער איזראעלי מוסד.

דער איראנער וויסנשאפטלער האט ביי זיך גאר ווערדפולע אינפארמאציע איבער די נוקלעארער פראגראם פון איראן, און ער איז שוין גענוצט געווארן דורך איראנ’ס פיינט פאר לאנגע יארן ארויסצוהעלפן מיט שפיאנאזש קעגן איראן.

צווישן די זאכן אויף וואס ער באקומט קרעדיט, איז מיטן פאקטיש העלפן אפווישן אכמאד ראשאן פון מאפע. ראשאן איז געווען א גאר געלונגענער איראנער וויסנשאפטלער וועלכער איז געשטארבן פון אן אויפרייס אין זיין קאר, אין יאר 2012, עפעס וואס איז געווען א שטארקער קלאפ פאר די פארשריט און אנטוויקלונג אויף די איראנער נוקלעארער פראנט.

די פלענער אים צו ארויסראטעווען פון איראן און אים ברענגען קיין טערקיי, און פון קארט קיין ענגלאנד, איז שוין פלאנירט געווארן אין אקאטבער.

מען האט אים נישט געקענט אריינברענגען קיין ענגלאנד דורך די אפיציעלע לופטפעלד צוליב זיכערהייט סיבות, און דאן איז די מוסד אויפגעקומען מיט א פלאן אים צו שמוגלען אין א שיף מיט אימיגראנטן, וואס דאס איז געווען א געלונגענע אקציע.

Post Views: 474
ווידעא דעקונג: שווערע באס-עקסידענט טראגעדיע אין ארץ ישראל, מיט 2 קרבנות און פארוואונדעטע רח”ל
א’ תצוה ע”ט – אידישע קינדער הונגערן פרייטאג צו נאכטס… ווייל ער דארף וויכטיג דורכשמועסן די סטעיט אוו די יוניען פון טראמפ…

אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן

אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...

אידישע נייעס • אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...

אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...

אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...

אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך

אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

זעה אלע פאסטס

שרייבט א באמערקונג קענסל

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.

עלטערע ארטיקלען און ארכיוון

פאלויעט אונז

פאלויעט אידישער ווינקל אויף סאושל מידיא, צו הערן איבער פרישע פארשריט אויף די וועבזייטל, און פאר קורצע נייעס באריכטן

  • twitter
  • telegram
  • youtube
  • instagram
  • facebook
  • whatsapp

א לעצטיגע פאפולערע ווידעא

Powered and Designed by Webary Web Development

כל הזכויות שמורות - אידישער ווינקל - 2025 ©