די פאליציי אין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע, ברעכט זיך קאפ צו פארשטיין פארוואס א פרוי האט זיך איינגעבראכן אינעם פאליציי סטאנציע, מיט איר קאר…
דאס האט פאסירט פארלאפענעם שבת פארטאגס. א פאליציאנט וועלכער האט סערווירט די באנאבט שיפט אינעם סטאנציע וועלכע געפינט זיך אין די סען פעדרא געגנט, איז געווארן שאקירט.
פאר זיינע אויגן האט ער געזען ווי א קאר פארט ארום די בלאקאדעס, און דאן שמעטערט דאס אריין אינעם גלאזערנעם טיר, גראד צום לאבי פון די סטאנציע.
אינעווייניג איז געזעסן א פרוי, און אויך א קליין קינד.
נאך עטליכע מינוט איז די קאר ארויסגעפארן פון דארט, און אונטערוועגנס כמעט אראפגעקלאפט א פאליציאנט מיט די אפענע טיר פון די קאר.
די פאליציי האט געכאפט די פרוי מיט איר קינד, און זיי ביידע געשיקט אין שפיטאל פאר אונטערזיכונגען, און דערווייל איז נאכנישט קלאר וואס די אינצידענט האט געדארפט צו באדייטן…
זעט די נייעס אין ווידעא