וואס פאסירט ווען איר גנב’עט א סעלפאון פון א צווייטן, די פאליציי קייטלט אייך, און איר לייקענט שטיין און ביין?
ווענדט זיך וואו. אין אינדעניזיע נעמט די פאליציי דראסטישע שריט, און באנוצן זיך מיט א לעבעדיגע שלאנג, אנצושרעקן דעם גנב אז ער זאל זיך מודה זיין.
דאס האט פאסירט אין די פאליציי סטאנציע אין די פאפואה געגנט אין מזרח אינזעניזיע. דער פארדעכטיגטער איז אראפגעלייגט געווארן אויף דער ערד, מיט געבינדענע הענט, און נישט געהאלטן ביים מודה זיין.
דער פארשער איז אריינגעקומען מיט א לעבעדיגער שלאנג, און דאס ארויפגעווארפן אויפן פארדעכטיגטן.
דער ארעסטירטער האט געשריגן קולות וברקים, אין די צייט וואס דער פארשער האט קאלטבלוטיג געשטופט דעם קאפ פונעם שלאנג – וואס האט ארומגערונגלט דעם האלז פונעם פארברעכער- צו זיין געזיכט.
“וויפיל מאל האסטו גע’גנב’עט א סעלפאון”? האט דער פאליציאט געפרעגט שטרענג, ווען דער שלאנג דערנענטערט זיך צום אומגליקליכן פארברעכער.
“בלויז צוויי” ענטפערט ער. “עפן זיינע אויגן”, קומט דער באפעל פונעם פאליציאנט.
נאכדעם וואס דער פארברעכער האט נאכאלץ זיך געהאלטן ביי זיינס, האט דער פארשער געווארנט “איך גיי אריינשטופן דעם שלאנג אין דיין מויל”.
די ארומיגע פאליציאנטן האבן אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער, הערנדיג דעם בעטענדיגן געוויין פונעם גנב.
די פאליציי האט געמיינט אז ס’איז א הפקר וועלט, אבער א ווידעא פון די געשיכטע האט ארויסגעליעקט צו די מידיע, וואס האט שטארק פארשעמט די פאליציי און איר אויפגעדעקט אלס גאר ברוטאל.
דער ארטיגער פאליציי שעף האט זיך אנטשולדיגט אויף דעם אינצידענט: “כאטש וואס ס’איז נישט קיין גיפטיגער שלאנג, נאר א געלערנטע שלאנג וואס בייסט נישט, האבן מיר פארט גענומען שריט קעגן די פארמישטע פאליציאנטן”.
שוין יארן וואס די פאליציי טוט זיך באגיין גאר ברוטאל צו פארברעכער אינעם געגנט, און לעצטנס האבן זיי אנגעהויבן דעם שלאנג טאקטיק, וואס צום מזל פון די ארטיגע פארברעכער איז די וועלט געוואר געווארן דערפון.