די דייטשע מידיע האט פארלאפענע וואך באריכטעט אז די אייראפעאישע פאראיין האט געווארנט זייערע דיפלאמאטן און זיכערהייט באאמטע אוועקצושטיין פון געוויסע געגנטער אינעם פאראיין הויפטקווארטיר אין בריסל.
די סיבה פארוואס: עס געפינען זיך פאפולערע סטעיק-הייזער און קאפע-הייזער אינעם געגנט פון די הויפטקווארטיר, און דאס ארט איז א נעסט פאר שפיאנען.
לויט די אינפאראמאציע וואס די פאראיין פארמאגט, זענען פארהאנען אין בריסל אזויפיל ווי 250 כינעזער שפיאנען, און 200 רוסישע שפיאנען, וועלכע דרייען זיך רינגס און ארום די אמבעסאדעס און ביזנעס אפיסעס אנשטעלנדיג אן אומשולדיג פנים, אבער אין פאקט זענען זיי שפיאנאזש-אקטיוו אויף אלע פראנטן.
לכאורה איז די ווארענונג געקומען, אוועקצושטיין פון די Meet Meat Steak סטעיק-הויז וואס באלאנגט פאר די 39 יעריגער פיליפף וויינער.
דאס איז א טייערע רעסטוראנט וואו אפילו דער פרעזידענט פון דעם אייראפעאישן פאראיין, דאנעלד טאקס, גלייכט צו קומען פארבייסן א שטיקל שמאלציגן געבראטענעם בשר.
“איך פארמאג די איינציגסטע סטעיק-הויז אין געגנט, דאס מיינט אז מען רעדט פון מיר” זאגט וויינער פאר די בריטישע גארדיען.
איבער די טענה אז עס ווירבלט מיט שפיאנען, זאגט ער אז “אזעלכע שטותים גערעד. אבער אקעי, כ’וועל רעדן מיט אייך פינף מינוט, נישט מער. כ’מוז באלד נאכדעם אנרופן פוטין מיט א פונקטליכע באריכט”…
“ארבעטער פון די אייראפעאישע פאראיין קומען דא טעגליך, אבער מ’קומט נישט דא צו ארבעטן” זאגט וויינער. “כ’האב קיינמאל נישט געזען דא לעפ-טאפס און דאס גלייכן. דו זעסט דא איינעם מיט בלייען? זוך אונטערן טיש, לאמיר דיר זען טרעפן מייקראפאנען… העכסטנס וועסטו טרעפן אפאר צעקייטע שטיקל קיי-גומי”…
“וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין” ציטירט די גארדיען ווייטער פון איםף “דא איז אייביג א רעש’יגע סטעיק-הויז, מען קען קוים הערן די אייגענע שטימע, ווער רעדט נאך פון הערן וואס מ’שמועסט ביי די קומענדיגן טישל”.
אלס רעאקציע אויף דעם ווארענונג צו ארבייטער, האט די כינעזער אמבאסאדע ארויסגעשיקט א פארדאמונג איבער די באשולדיגונג: “מיר דרוקן אויס טיפע שאק אויף די גרונדלאזע באשולדיגונגען, כינע רעספעקטירט די פירערשאפט פון אלע לענדער, און מישט זיך נישט אריין אין קיינע אינטערליכע זאכן וואס באלאנגט נישט צו זיי”.
דער מעלדונג האט זיך געענדיגט אז “כינע האלט גוטע באציאונגען מיט די אייראפעאישע פאראיין, און מען זאל זיין געווארנט איידערן ארויסשיקן אומפאראנטווארטליכע פראקלאמאציעס”.