אידישע נייעס

קאמפיין געלטער פון די עקסידענט אין קערעסטיר, גייט פאר חברה הצלה לאנדאן

ביי די יארצייט פון הרה”ק רבי ישעי’לע קערעסטירער זצ”ל, אין יאר תשע”ו, זענען

די בחורים ביים געבן די טשעק פאר חברה הצלה

2 בחורים פון לאנדאן געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט, די בחורים זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, דורך די לאקאלע אמבולאנס מיט די הילף פון א הצלה מעמבער פון אמעריקע, און די בחורים האבן געדארפט ווערן אריבער געפירט קיין לאנדאן מיט א ספעציעלע פליגער מיט דאקטוירים. קיין געלט איז נישט געווען, האבן די עסקנים געעפענט א “גיי פאנד מיר” קאמפיין און האבן בס”ד צוזאמען געשטעלט די געלט.

יעצט ווען די אינשורנס האט באצאלט די קאסטן האבן די בחורים צוריק געצאלט די געלט פאר יעדער וואס האט מנדב געווען געלט, אויסטיילנדיג שווערע געלטער.

די עקסידענט אין קערעסטיר, אין יאר תשע”ו

אזויווי עס זענען געווען מענטשן וואס האבן געגעבן באהאלטן, אן א נאמען, און מען האט נישט געהאט וויאזוי צוריקצושיקן די געלט, האבן די בחורים היינט מנדב געווען אלע איבריגע געלט פאר חברה הצלה אז זיי זאלן קענען ראטעווען נאך לעבנס פון אנדערע מענטשן.

די פליגער וואס כלל ישראל האט געהאלפן באצאלן

דר. שלום ספרינגער הי”ו, דער הצלה טראסטי אין לאנדאן האט געזאגט, “מיר זענען איבערגענומען און אנגעווארעמט פון די גוטע ווילן פון די צוויי בחורים יהודא, און בנימין, און אזוי אויך פון די וואס האבן ארגינעל מנדב געווען די געלט, און זיך אנטזאגט דאס צו צוריקנעמען, שענקענדיג זייער געלט צו הצלה. דאס וועט גאר שטארק ארויסהעלפן און ערמעגליכן מיר זאלן אנגיין מיט מיט אונזער איבערגעגעבענע ארבעט צו די גאנצע ציבור.”

איבערן שרייבער

אברהם פיינער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.