קאליפארניע – א פרישע סעריע וואלדפייערן בושעווען אין קאליפארניע, פירנדיג די אויטאריטעטן צו עוואקואירן טויזנטער איינוואוינער. די פייערן וועלכע מאכן די גרעסטע פראבלעמען, זענען בעיקר דאס “ווענטורא פייער” און דאס “סיילמאר פייער”.

דאס ווענטורא פייער האט שוין דערווייל פארברענט 45 טויזנט אקער-לאנד, פארניכטעט ארום הונדערט און פופציג סטרוקטורן, און געצוואונגען ארום דרייסיג טויזנט איינוואוינער צו עוואקואירן – וואס די אלע פאקטן האבן געפירט דערצו אז דער קאליפארניער גאווערנאר דזשערי בראון האט נעכטן אינדערפרי דערקלערט א “סטעיט אוו עמורדזשענסי” אין גאנץ ווענטורא קאונטי.

דאס צווייטע פייער איז דאס “סיילמאר פייער” וועלכע שטעלט אין געפאר הונדערטער היימען אין די סיילמאר און לעיק-וויו טערעס געגנטער. פארלייפיג האבן די פייערן נישט געקאסט קיין שום לעבנס אדער פארוואונדעטע.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.