יעדעס מאל וואס דער מעקסיקאנער פרעזידענט דארף פליען מיט א פליגער, שאפט דאס א שרעקליכע קאפ ווייטאג פאר זיינע לייבוועכטער, פאר די לופטפעלד באאמטע, און פאר די פאליציי.
דאס קומט נאכדעם וואס ער עקשנ’ט זיך צו פארן דווקא מיט דעם אלגעמיינעם עולם אין עקאנאמיע אדער ביזנעס קלאס, און לאזט נישט זיינע לייבוועכטער אים ארומנעמען און באשיצן, סיי אין לופטפעלד און סיי אינעם פליגער.
פרעזידענט אנדוראס מאנועל לופעז אובארדאר, וואס ווערט גערופן “אמלא”, מאכט זיכער זיך צו דרייען מיט יעדעם, און ווער עס וויל קען גערן צוקומען אין לופטפעלד אדער אויפן פליגער כאפן א בילד מיט אים.
דאס שווימט ארויף אצינד אין די נייעס נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט זיך ארויסגעלאזט אויף א פליה רייזע קיין סינאלואה, א גאר געפארפולע שטאט אין מעקסיקא, וואו עס ווירבלט מיט דראג קארטעלן און גענגסטערס, וואס קאנטראלירן די גאסן אויף גאר א שרעקליכן און ברוטאלן פארנעם.
על טשאפא גוזמאן, דער טרויעריג בארימטער ברוטאלער מאפיאנער און דראג לארד, וועלכער איז נארוואס פאראורטיילט געווארן אין ניו יארק אויף לעבנסלענגליכע טורמע אין אמעריקע’ס מערסט באוואכטער טורמע, פארמאגט א ריזן רינג אין סינאלואה.
דער מעקסיקאנער פרעזידענט אובארדאר האט גערייזט אהין “צו ארבעטן פאר די וואוילזיין פונעם פאלק”, און ארום אים האט זיל געטוען א טומל, אין די צייט וואס זיינע לייבוועכטער זענען געשטאנען הילפלאז פון די זייט, און אויפן שטרענגן באפעל פונעם פרעזידענט זיך נישט דערוואגט צו מאכן ארדענונג.
בכלל האט ער אפגעזאגט א ריזן צאל לייבוועכטער ביי זיך אין פאלאץ, און זיי געשיקט טרעפן א נארמאלע ארבעט. דער פריוואטער פרעזידענטליכער באאינג 787-7 וועלכע איז געקויפט געווארן פון 218 מיליאן דאלער, גייט אין נאנטן פארקויפט ווערן אין קאליפארניע.
“ווי קען איך פליען דערין ווען מעקסיקא טינקט אין ארימקייט?” האט זיך דער פרעזידענט פארטייגידט.
דאס פאלק גלייכט גאר שטארק דעם איידעלן פרעזידענט, וועלכער פארציכטעט אויף זיינע באקוועמליכקייטן, און לאזט זיך אראפ צום פאלק אויף א זעלטענעם פארנעם אין די היינטיגע וועלט.
ער פארמאגט א הויכע 80% צופרידנהייט ראטע ביים פאלק, און ער האט פארשפראכן אז ער גייט שניידן פון די געהאלט וואס די רעגירונג באאמטע באקומען, צו שניידן שטייערן.
זיינע מענטשן און די פאליציי פון מעקסיקא האבן דאס אבער שרעקליך פיינט, וויבאלד דאס מאכט זיי ארבעטן ביטער שווער. “ווען ער קומט אין לופטפעלד אי זעס דאס ארגסטע” זאגט א לופטפעלד באאמטער.
“מענטשן פאלן אים איבער. אז איינער וויל אים שעדיגן, קענען מיר יענעם נישט אפשטעלן, ווייל מיר מוזן שטיין ווייט, און ער וויל בלויז גיין צוזאמען מיט יעדעם”.
אפילו אין די געפארפולע סינאלואה האט ער זיך ארומגעדרייט רואיג און געמיטלעך אן קיינע וועכטער, נישט זיך שרעקנדיג פון די געפארפולע גענגסטערס, זיך אנטוענדיג א שלל מיט מאדנע קמיעות און פארשידענע בילדער און בלעטלעך, פאר “שמירה”…