20,000 מענטשן האבן היינט אנטייל גענומען אין א ריזן דעמאנסטראציע קעגן אנטיסמעטיזם אין פראנקרייך, נאכדעם וואס די אנטיסעמיטיזם האט זיך דארט ליידער שרעקליך צעפלאקערט לעצטנס.
די דעמאנסטראציע איז פארגעקומען אינעם רעפובליק סקווער אין פאריז, מיטן באטייליגונג פון פארשטייער פון רובפארטייען אין פראנקרייך. באזונדער זענען פארגעקומען נאך קלענערע דעמאנסטראציעס אין פארשידענע שטעט אין פראנקרייך, אונטערן קעפל “גענוג!”.
געציילטע שטונדן בעפאר דעם דעמאנסטראציע איז באריכטעט געווארן אז 80 מציבות זענען ליידער פארשוועכט געווארן אינעם אידישן בית עלמין נעבן שטראסבורג.
פרעזידענט עמנואל מאקרון האט דארט באזוכט, און געזאגט אז ער שעמט זיך צו קוקן אויף די מציבות, וואס “נארישע מענטשן” האבן אזוי געמיין פארשוועכט.
“מיר וועלן טון, איינשטעלן געזעצן און באשטראפן די שולדיגע” האט מאקרון פארשפראכן פאר די אידישע געמיינדע. “ס’איז מיר וויכטיג צו זיין דא מיט אייך און אויסדרוקן סאלידאריטעט”.
ווי באריכטעט פאריגע וואך, האבן די ווילדע געלע וועסטלעך פראטעסטירער ווילד נאכגעשריגן אלען פינקעלקרויט, א אידישער באקאנטער פיגור אין פראנקרייך, מיט גאר געמיינע אנטיסעמיטישע לאוזונגען.
דאס איז געקומען נאך א וואך פון פילע אנטיסעמיטישע אטאקעס און וואנזאליזם, וואס שטייגט אין פראנקרייך – און איבער גאנץ אייראפע – מיט יעדן פארבייגייענדער טאג.