די פעראו אינזלען, א טערעטאריע פון 18 אינזלען צווישן אייסלאנד און סקאטלאנד, וועט צומאכן אירע טויערן פאר טוריסטן קומענדיגן ענדע אפריל, כדי צו רענאווירן דאס ארט.
עס ווערט געגעבן א שאנס פאר טוריסטן צו קומען דארט באזוכן אויב וועלן זיי נעמען אויף זיך א טייל פון די ארבעט, און ארויסהעלפן פאר די ארטיגע איינוואוינער.
ווי די באאמטע מעלדן וועט די טעריטאריע זיין פארמאכט פאר באזוכער פון פרייטאג אפריל 26 ביז זונטאג אפריל 28, און אויב וועט מען זען אז די רענאוואציעס ווערן געקרוינט מיט ערפאלג, וועט דאס ווערן א יערליכער געוואוינהייט.
דורכאויס די פאר טעג וועלן וואלונטירן רענאווירן דאס ארט, איבערפארבן די שאסייען, לייגן נייע טאוולעך, און גרינגער מאכן די צוטריט צו פאפולערע טוריסטן ערטער.
די פעראו אינזלען פארמאגן א פאפולאציע פון 50,000 מענטשן, און 80,000 שעפסן. אין געוויסע געגנטער רעגנט 300 טעג א יאר, אבער עס שטעלט נישט אפ די פלייץ פון טוריסטן.
ארום 100,000 טוריסטן קומען יערליך אין די מאסן זען דעם אויגפארכאפענדער פאנאראמע אויף די אינזלען, וועלכע נעמט אריין אין זוך הערליכע וואסערפאלן, און א ברייטער אויסוואל פון הערליכע פייגלעך.