מיר וועלן אין א ספעציעלע דעקונג פראיעקט איבער די נייעס וואס איז נאכנישט אראפ פון די העדליינס, איבערטייטשן די רעדע וואס דער פרעזידענט האט געהאלטן, איבעראשנדיג די וועלט. אט איז די רעדע וואס עס האט געהאלטן דער 45-סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דאנעלד טראמפ, אין ווייסן הויז, מיטוואך וישב, ולמספרם דעצעמבער דעם זיבעטן.
דער פרעזידענט קומט אריין און הייבט אן זיין רעדע:
מיר קענען נישט גיין ווייטער מיט די דורכגעפאלענע סטראטעגיעס, יעדע שוועריגקייט פארלאנגט נייע לעזונגען.
מיין אנאנסירונג היינט, צייכנט אפ די אנהויב פון א נייע באנעמונג צווישן די איזראעליס און די פאלעסטיניער.
אין יאר 1995 האט קאנגרעס אדאפטירט די “ירושלים אמבעסאדע אקט,” ווי קאנגרעס האט פארלאנגט מען זאל אריבערפירן די אמבעסאדע צו ירושלים, און צו אנערקענען אז די שטאט איז אזוי וויכטיג די הויפטשטאט פון מדינת ישראל.
די ביל איז דורכגעגאנגען מיט א מאסיווע מערהייט, און איז געווארן נאכאמאל באשטעטיגט דורך באהאלטענע שטימען אין סענאט, מיט 6 מאנאטן צוריק.
פאר די לעצטע 20 יאר, האבן אלע פרעזידענטן ביז אהער גענוצט די געזעץ אפציע פון “וועיווער” זיך אפזאגנדיג פון אריבערפירן די אמבעסאדע צו ירושלים, אדער אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל. זיי האבן געגלייבט אז מיטן אפהאלטן מאכן זיי פארשריט אויף די געביט פון שלום. געוויסע זאגן אז זיי האבן פשוט נישט געהאט די קוראזש, אבער האבן געמאכט גוטע באשליסן באזירט אויף די פאקטן אז דאן האט מען פארשטאנען די סיבות פארן נוצן די וועיווער אפציע.
אין די צייט וואס פריערדיגע פרעזידענטן האבן דאס גענומען פאר א הויפט קאמפיין טעמע, און צוזאג, זענען זיי אבער דורכגעפאלן ביים דורכפירן. היינט טו איך דעליווערן!
עס איז מיין מיינונג אז די אקט וועט זיין די טובה פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, און פאר די שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.
דאס איז א אקט וואס וואלט שוין לאנג געדארפט האבן פאסירט, פאר די פארשריט פון די שלום פלענער, און פאר א לאנג אנהאלטנדע שלום פלאן.
מדינת ישראל איז א פרייע לאנד, און האט די רעכט ווי יעדע אנדערע לאנד, צו באשטימען ווי איר הויפטשטאט זאל זיך געפונען.
עס איז געווען 70 יאר צוריק ווען די פאראייניגטע שטאטן אונטער פרעזידענט טרומאן האט אנערקענט די סטעיט אוו איזראעל, זינט דאן האט מדינת ישראל געמאכט איר הויפטשטאט אין די שטאט ירושלים, די קעפיטל, די אידישע מענטשן האבן זיך דארט אוועקגעשטעלט.
היינט איז ירושלים די היים פאר די מאדערנער מדינת ישראל גאווערמענט, זי איז היים פאר די מדינת ישראל פארלאמענט, “די כנסת.” און אזוי אויך פאר די סופרים קאורט. עס דינט אלס די אפציעלע רעזידענץ פון די מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער און די פרעזידענט, און איז די הויפטקווארטיר פון אסאך פירנדע גאווערמענט געביידעס.
פאר גענעראציעס, האבן אמעריקאנער פרעזידענטן וואס באזוכן מדינת ישראל, אזוי אויך זיכערהייט מיניסטארן, און מיליטערישע אפיצירן באזוכט און זיך געטראפן מיט די איזראעלישע באאמטע אין ירושלים, אזויווי איך האב געטון ביי מיין באזוך פריער אין יאר.
ירושלים איז נישט נאר די הארץ פון 3 רעליגיעס, נאר עס איז אויך די הארץ פון איינס פון די מערסט סוקסעספולע דעמאקראטיעס אין די וועלט.
דורכאויס די לעצטע 70 יאר האט מדינת ישראל געבויעט א קולטור, ווי אידן, קריסטן, מוסלעמענער און מענטשן פון אלע גלויבונגען קענען פראקטיצירן מיט זייערע אנשויאונגען, לויט די אנווייזונגען פון זייערע רעליגיעס.
ירושלים איז היינט און מוז פארבלייבן א פלאץ ווי אידן דאווענען ביי די כותל המערבי, ווי קריסטן גייען אן מיט זייערע געברויכן, און ווי מוסלעמענער פרעפלען אין די אל אקצא מעטשעט.
די אלע פרעזידענטן וואס רעפרעזענטירן די פאראייניגטע שטאטן ביז אהער, האבן זיך אנטזאגט פון אננעמען און אפציעל אנערקענען ירושלים אלס מדינת ישראל הויפטשטאט.
אין פאקט מיר האבן זיך אפגעהאלטן פון אנערקענען סיי וועלכע הויפטשטאט אין מדינת ישראל בכלל, אבער היינט טוען מיר אנערקענען די פשוט’ע פאקטן, אז ירושלים איז מדינת ישראל’ס הויפטשטאט. דאס איז נישט מער אדער ווייניגער ווי אן אנערקענונג פון א רעאליטעט. דאס איז אויך די גערעכטע זאך צו טון. עס איז עפעס וואס דארף פאסירן.
דאס איז פארוואס איך טו אויפפאדערן און באשטעטיגן דאס אריבערצורוקן די אמעריקאנער אמבעסאדע פון תל אביב צו ירושלים.
די פראצעדור וועט זיך אנהויבן גאר אינגיכן, מען וועט אויפנעמען ארכיטעקטן, אינדזשענירער, און פלאנירער וואס וועלן אהערשטעלן א געביידע וואס ווען עס וועט פארטיג ווערן, וועט דאס צוגעבן צו די שלום.
זאגנדיג די פונקטן וויל איך איין זאך זייער קלאר מאכן, די באשלוס וואס מיר מאכן היינט, איז נישט קיין צייכן פון אפנויג, אדער אפשוואכונג פון אונזער וועג צו שלום.
מיר נעמען נישט די פאזיציע פון סיי וועלכע ענדגילטיגע סטאטוס פלאן, און די אלע געשליכטן וועלן בלייבן צו ווערן אויסגעארבעט דורך די צוויי זייטן.
די פאראייניגטע שטאטן בלייבט פארפליכטעט צו אהערשטעלן א דיעל וואס איז אנגענומען ביי ביידע זייטן, איך נעם זיך אונטער צו טון סיי וואס אין מיין מאכט, צו דורכפירן אזא עגרימענט.
אן פראגעס, ירושלים איז איינס פון די מערסט סענסיטיווע אישוס אין די געשפרעכן, די פאראייניגטע שטאטן וועט בלייבן שטארק אריינגעטון אין שטיצן א צוויי שטאטן לעזונג, אויב עס ווערן געשטיצט דורך ביידע זייטן.
אין די זעלבע צייט רוף איך צו ביידע זייטן, צו אנהאלטן דעם סטאטוס קווא, פון ירושלים’ס הייליגע ערטער, אריינגערעכנט די הר הבית, (אויך באקאנט אלס די האראם עיש שעריף)
מיט די היינטיגע אקטן רוף איך צו מיין אדמיניסטראציע, צו ווייטער ארבעטן און דורכפירן שלום, אין די ראיאן, עס וועט געוויס זיין פארקערטע מיינונגען און אויפברויז אויף מיין היינטיגע דעקלעראציע, אבער מיר זענען זיכער אז נאכן אויסארבעטן די מיינונגען פון ביידע זייטן, וועלן מיר דערגרייכן צו שלום, און צו א פלאץ פיל בעסער אין זיך פארשטיין, און קאאפערירן, איינער מיטן אנדערן.
די שטאט ירושלים זאל מיט די צייט ווערן גערופן אלס די בעסטע וואס די מענטשהייט פארמאגט, זיך הייבנדיג צו נייע שטאפלען, און נישט ווערן צוריקגעשלעפט צו די אלטע קאמפן וואס זענען געווארן אזא געוואוינהייט.
שלום איז קיינמאל נישט שווער צו אנכאפן פאר די וואס ווילן דאס דערגרייכן.
איז היינט רופן מיר פאר רואיגקייט און צוגעלאזנקייט, און פאר א שטימע פון טאלעראנץ.
איך וועל איבערזאגן וואס איך האב געזאגט ביי די היסטארישע און געוואלדיגע סאמיט אין סאוד אראביע, פריער די יאר. “די מיטל מזרח איז א ראיאן, אנגעפולט מיט קולטור, ספיריט, און היסטאריע, אירע מענטשן זענען שטאלץ, בריליענט, אנגעפולט מיט אויסוואל, שטארק, ענטוזיאזיסטיש און פול מיט ערנערגיע, די צייטן וואס ווארטן אפ די קינדער זאלן נישט זיין טעראר, בלוט, און קאמפן.
וויצע פרעזידענט פענס וועט אפרייזן צו די ראיאן, אין די קומענדיגע טעג, צו אנהאלטן אונזער צוזאג, צו ארבעטן מיט אונזערע פריינט אין די מיטל מזרח צו צושטערן ראדיקאלע איסלאם וואס לייגט אין געפאר די האפענונגען און טרוימען פון די קומענדיגע גענעראציעס.
עס איז צייט פאר די אלע וואס וואונטשן זיך צו לעבן אין פרידן, צו ארויסשטויסן די עקסטרעמיסטן פון צווישן אונז.
עס איז צייט פאר אלע ציוויליזירטע פעלקער און מענטשן, צו רעאגירן צו די ראיאן דעבאטעס, און נישט מיט אומרוען און ווילדערייען, עס איז צייט פאר אינג און אלט, און אלע איינוואוינער אין מיטל מזרח, צו ווילן לעבן א שיינע און רואיגע צוקונפט.
אינעם היינטיגן טאג, לאמיר צוריקגיין אויפן דירעקציע פון זיך פארשטיין איינער דעם אנדערן, און זיך רעספעקטירן.
לאמיר זיך עפענען די הערצער און מוחות, צו ערמעגליכן און עפענען מעגליכקייטן.
צום שלוס בעט איך די פירער, פאליטישע און רעליגיעזע, פון מדינת ישראל און פאלעסטינע, אידישע, אראבישע, און מוסלעמענער, נעמט אנטייל אין אונזער מיסיע, פון אן ענדגילטיגער שלום פלאן.
אדאנק.
גאט זאל בענטשן ענק, גאט זאל בענטשן ארץ ישראל, גאט זאל בענטשן די פאלעסטינער, און גאט זאל בענטשן די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.
(אפלאמיסטן און קלאטשערייען)
אדאנק, אדאנק.
עס איז כדי ארויסציברענגען, אז עס מאכט גאנץ ווייניג אויס אין די יעצטיגע צייט ציוניזים, סאטמאר, אראבער, מוסלאמענער, אידען, גוים, נטרי קרתא, אמעריקע, טערקיי, פאפא וכו, וכו, וואס זייער שטאנדפונקט איז אויף די טעמע! וואס איז זייער וויכטיג ארויסציברענגען איז אז מיר האבן א פרעזידענט וואס האלט ווארט אין קערט זיך גאנץ ווייניג אים אויף וואס יעדער איינער (אין איך מיין טאקע דא “יעדער איינער”) וועט זאגען, אין אויף דעם “ביג פיקטשער” זאל דאס דינען אלץ א מעסעדזש אין צייכן פאר “נארט קאריע” אז איך טו וואס איך זאג אין “יא אהר נעקסט”.