א יאפאנעזער מיניסטאר האט זיך אנטשולדיגט אין פובליק פארן שפעטיגן מיט דריי מינוט צו א זיצונג אינעם פאראלעמענט.
יאשיטיקא סקאראדא, דער יאפאנעזער מיניסטאר אינעם אמטירנדע אדמיניסטראציע פאר סייבער סעקיוריטי און אלימפיק שפילן, איז אנגעקומען מיט דריי מינוט שפעט צו א זיצונג אויף די בודזשעט.
די אפאזיציע פארטיי האבן באלד באיקאטירט דעם זיצונג פאר פינף שעה, אלס פראטעסט אז דער מיניסטאר “האלט נישט גענוג רעספעקטפול דעם אפיס”, און גאר פארלאנגט אז ער זאל רעזיגנירן פון פאזיציע!
שפעטיגן צו זיצונגען איז נישט ווייסט וועלכער חטא אין יאפאן, אבער די אפאזיציע פארטיי האט דאס אויסגענוצט כדי ארויסצוברענגען זייער אנטריסטונג קעגן דעם מיניסטאר, נאכדעם וואס ער האט יעדע שטיק צייט א פרישער סקאנדאל.
ווי באריכטעט דא א האלבע יאר צוריק, האט האט דער דאן פרישער סייבער זיכערהייט מיניסטאר פון יאפאן געזאגט אין א רעדע, אז ער האט זיך אין זיין לעבן נאכנישט באנוצט מיט א קאמפיוטער, וויבאלד זיינע ארבעטער טוען שוין אלעס פאר אים.