די שטאט סימי וואלי אין קאליפארניע וועט באצאלן 21 מיליאן דאלער פאר אן אומשולדיגער מענטש וואס האט אפגעשימלט נאנט צו 40 יאר אין טורמע, טראץ וואס ער איז נישט באגאנגען קיין שום פארברעכן.
די רעדע איז פון קרייג קולי, וועלכער אזי באשולדיגט געווארן אין אומברענגען זיין ווייב און איר 4 יעריג זוהן.
ער איז באגנאדיגט געווארן אין יאר 2017 דורך דעם קאליפארניע גאווערנער דזשערי בראון נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אין א באנייטע אויספארשונג אויף די קעיס, אז די. ען. עי. עקזעמפלארן האבן געוויזן ווי קולי איז אומשולדיג.
די שטאט איז זיך דורכגעקומען מיט קולי און זיינע אדוואקאטן צו פארמיידן א לאנגע געריכטליכע פראצעדור, אז זיי וועלן אים געבן אנטשטענדיגונג געלטער און ווערד פון 21 מיליאן דאלער.
“כאטש וואס קיין שום געלט קען נישט פארגעבן די גרויסע עולה קעגן קולי, איז אבער די בעסטע זאך פאר קולי און פאר אונזער געמיינדע, צו פארמאכן די קעיס ווי פריער” זאגן די באאמטע.