רוסלאנד האט פארעפנטליכט א ליסטע פון אמעריקאנע באזעס וואס זיי קענען אטאקירן אין פאל פון א נוקלעארער קריג מיט אמעריקע, נאכדעם וואס פוטין האט געדראעט אז ער וועט ארויסשטעלן מיסלס צו די ריכטונג פון די פאראייניגטע שטאטן.
פארלאפענע וואך האט פוטין געווארנט אז אויב וועט אמעריקע שטעלן נוקלעארע מיסלס אין אייראפע, וועט מאסקווע שטעלן אירע נייע מיסלס צום ריכטונג פון אמעריקע.
די ליסטע מיט צילן וואס איז נעכטן ארויסגעלייגט געווארן אויף די רעגירונג’ס טעלעוויזיע פון רוסלאנד נעמט אריין אין זיך די פענטעגאן, די פרעזידענטליכער קעמפ דעוויד רעזארט אין מערילענד, די קאמיוניקאציע באזע פון די נעווי אין וואשינגטאן, א מיליטערישער טרענירונג צענטער וואס איז פארמאכט געווארן אין יאר 1998, און די באזע פון די לופט פארס אין קאליפארניע וואס איז פארמאכט געווארן אין 2001.
אויפן וועכנטליכער אקטועלער פראגראם האט דימיטרי קיסליאוו וועלכער איז א בן בית אין די קרעמלין, ארויסגעלייגט די צילן אויף א מאפע, זאגנדיג אז די נייעס מיסלס וואס מאסקווע האט אנטוויקלט קען אנגרייפן יעדע פון די צילן אונטער פינף מינוט, אויב ווערט עס געשיקט פון א רוסישער סובמארין.
“דערווייל דראען מיר נישט קיינעם, אבער אויב עפעס פאסירט, וועט אונזער רעאקציע זיין א באלדיגע” האט ער געזאגט.
דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פון די נוקלעארער דיל מיט רוסלאנד וואס איז געמאכט געווארן אין יאר 1987, זאגנדיג אז רוסלאנד פארלעצט די אפמאך.
פוטין האט קלארגעשטעלט אז ער זוכט פריינדשאפט מיט אמעריקע, אבער אז עס פעלט זיך אויס וועט ער נעמען ערנסטע שריט וואס קיינער גלייכט נישט.