סאלדאטן אין בענגלאדעש האבן עלימינירט אן ארטיגן מאן וואס האט פרובירט צו היידזשעקן א פליגער וואס איז געפלויגן קיין דובאי.
די פליגער פון בימען בענגלאדעש אירליינס האט זיך געהויבן פון דאקא, די הויפטשטאט פון בענגלאדעש, און איינער פון די פאסאזשירן – א 20 יעריגער מאן – האט זיך אויפגעפירט זייער מאדנע און פארדעכטיגט.
ער האט זיך דערנענטערט צום קאקפיט און געווארנט אז ער איז באוואפנט, פארלאנגענדיג אז ער וויל רעדן מיט זיין צוקריגטע ווייב און מיט דעם פרעזידענט פון בענגלאזעש, האסינא וואדזד.
בשעת’ן פאדערן דאס זייניגע האט ער פרובירט צו שטורעמען דעם פילאט קאקפיט, און די פליגער האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין די שטאט טשיטגאנג אין בענגלאדעש.
פערציג מינוט נאכדעם וואס מען האט זיך געהויבן האט מען געמאכט א לאנדונג, פילע סאלדאטן האבן ארויפגעשטורעמט אויפן פליגער, און נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן, איז ער געשאסן געווארן.
ווי עס דערציילן טייל פון די 142 פאסאזשירן, האט דער פארשוין גענומען איינער פון די פליה מאנשאפט אלס א משכון, שרייענדיג אז ער האט א ביקס און אן אויפרייס גארטל.
נאכן געשאסן ווערן איז דער פארשוין אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז געשטארבן פון זיינע וואונדן אונטרעוועגנס.
באאמטע געבן איבער אז די רעדע איז פון א גייסטיש צערודערטער פארשוין, און ער האט געמוזט אפגעשטעלט ווערן נאכן אריינלייגן די פליגער אין געפאר.