פּיאנגיענג – צוויי ערדציטערנישן האבן נעכטן אויפגעטרייסלט צפון קארעא, ברענגענדיג א זארג אז די רעזשים האט מעגליך דורכגעפירט א פרישע נוקלעארע טעסט.
דרום קארעא באאמטע האבן אבער געזאגט אז די ערדציטערנישן זענען ווארשיינליך פארבליבענע רעזולטאטן פונעם פריערדיגן נוקלעארן טעסט.
אין סעפטעמבער, האט צפון קארעא דורכגעפירט איר זעקסטע נוקלעארע טעסט אין איר פּונזשאי ראיאן, וואס עקספערטן געבן צו פארשטיין אז ווען א טעסט אויף אזא מאכטפולע וואפן ווערט דורכגעפירט, רוקט דאס סיי די ערד פון אויבן, און סיי די ערד-פּלאטעס אונטערערדיש, און עס דויערט אפאר מאנאטן ביז די פלאטעס זענען זיך מסדר פונדאסניי, וואס דאן שאקלען זיי זיך און עס שפירט זיך ווי ערדציטערנישן, און די נעכטיגע צוויי ערדציטערנישן זענען דאס געווען.
קרעדיט: דער איד