קאליפארניע – אויטאריטעטן אין קאליפארניע זאגן אז זיי האבן אנגעהויבן מאכן פארשריט צו באקעמפן די פייערן וואס ברענען אין דרום פון די סטעיט. די גרעסטע פארשריט איז געמאכט געווארן ביים טאמעס פייער, וואס איז די גרעסטע פון אלע פייערס, האבנדיג שוין פארברענט א שטח אזוי גרויס ווי גאנץ שיקאגא.
דער טאמעס פייער איז שוין יעצט ארום 20 פראצענט אונטער קאנטראל, און די פארשריט איז געמאכט געווארן אלס רעזולטאט פון אפגעשוואכטע ווינטן, אבער די פייערס האבן שוין ביז יעצט אויך איבערגעלאזט ערנסטע שאדנס, האבנדיג פארברענט מער ווי 800 הייזער, און באריכטן צייגן אמווייניגסטנס איין פאטאליטעט אלס רעזולטאט פונעם טאמעס פייער.
היינט זונטאג איז ערווארטעט אז די ווינטן וועלן ווערן צוריק שטארקער, ווייטער פארשווערנדיג די פארלעשונג ארבעט.
קרעדיט: דער איד טעגליך