ווייניגער ווי צוויי וואכן זינט 80 אידישע קברים זענען ליידער פארשוועכט געווארן אין שטראסבורג פראנקרייך, איז אצינד פון פריש וואנדאליזירט געווארן א געדענקמאל אין שטאט, אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען דער אידישער שוהל וועלכע איז פארברענט געווארן דורך די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג.
דער וויצע מעיאר זאגט אז ווי עס שיינט איז אנטיסעמיטיזם געשטיגן אין שטאט, און פארשפראכן אז די פאליציי גייט זיך אריינלייגן אויף די לענג און אויף די ברייט צו כאפן די שולדיגע, און זיי גאר שטרענג באשטראפן.
ווי דער ארטיגער אידישער אקטיוויסט ר’ יצחק הערצאג זאגט, איז די אידישע באפעלקערונג זייער אויפגעברויזט און שאקירט דערצו, און אפעלירט צו די ארטיגע איינוואוינער אז זיי זאלן אויפהערן צו פיינט האבן אידן, וועלכע האבן קיינעם נישט קיין שלעכטס געטוען.