די פראטעסטן וואס בוזשעווען אין אלדזשיריע די לעצטע וואך קעגן דעם אמטירנדער עבד על עזיז באטפליקא, וועלכער וויל לויפן פאר א פינפטער טערמין, און אזוי קענען ווייטער זיצן באקוועם אויפן כסא מלוכה וואו ער געפינט זיך שוין פאר 20 יאר, איז געקומען צו א שטאפל פון ווילדקייט.
דאס קומט נאכדעם וואס די פאליציי האט קאנפראנטרירט די פראטעסטירער, און אזויפיל ווי 183 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, און איינער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע.
ביז יעצט זענען די פראטעסטן געווען גאנץ שטיל, אבער נאכדעם וואס די פראטעסטירער האבן זיך אנגערוקט צום קעניגליכן פאלאץ און אנגעהויבן צו טשעפענען די פאליציאנטן, האבן זיי צוריק געכאפט פייער, און עס האט זיך געענדיגט ביטער.
ווי שוין באריכטעט איז דאס איז די ערשטע מאל זינט דאן וואס אלדזשיריע זעט פראטעסטן קעגן דעם פרעזידענט, וויבאלד באטפליקא איז זייער א שטייפער פרעזידענט, וואס האט נאכן געווינען די וואלן אום 1999 האט ער אומגעברענגט פילע פון זיינע קעגנער.