די מיזורי קענזאס סיטי אוניווערזיטעט האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן א געוועזענער אפטייק פראפעסאר, האשים מיטרא, אז ער האט גע’גנב’עט א ערפינדונג פון זיין סטודענט מיטן נאמען קישאר טשאלקער, צו אנטוויקלען א נייע מעדעצין וואס איז שוין רעגיסטרירט אלס א פאטענט, און ער האט פארדינט דערפון 1.5 מיליאן דאלער.
אינעם קלאגע שטייט אז מיטרא האט געוואלט אוועקכאפן פון זיין סטודענט די קרעדיט פון דעם ערפינדונג און זיין פאטענט, און מעגליך אז אויך די צען מיליאן דאלער וואס דער סטודענט האט געקענט פארדינען דערויף.
דער פראפעסאר טענה’ט אבער אז די שטודיע איז דורכגעטוען געווארן צוזאמען מיט די סטודענטן, און איז עס זיינס. “יעדער וויל א שטיקל פון די קוכן” זאגט ער. “איך ארבעט שוין אויף דעם ערפינדונג זייער לאנג, ס’איז מיין פריוואטער ערפינדונג”.
דורכאויס די פארשונגען האט דער סטודענט טשאלקער ערפינדן א נייער טאקטיק פאר טרוקנקייט אין די אויגן, א זאך אויף וואס עלטערע מענטשן ליידן. דאס איז עפעס א נענ-טעכנאלאגישע פראצעדור וואס איז לעצטנס באשטעטיגט געווארן דורך די אמעריקאנער געזונטהייט אגענטור.
דער פראפעסאר איז געפלויגן פונעם אוניווערזיטעט אנהייב יאר נאכדעם וואס זיין גניבה איז ארויפגעשווימען, און מען איז געוואר געווארן אז די ווייב פונעם פראפעסאר האט זיך באנוצט מיט דעם נייעם ערפינדונג אן רשות פון דעם סטודענט, וואס האט שוין אריינגעגעבן דעם ערפינדונג פאר קאפיע רייט אין יארע 2010.