אין די פאליציי סטאנציע אין מינעסאוטע איז ערשינען אן אינטערסאנטער בריוול, ווען א פארשוין אן א נאמען האט אריינגעשיקט אן ענוועלאפ צום הויפט אפיציר אין די סטאנציע, מיטלייגנדיג א טשעקל פון 1,000$ בעטנדיג פון די אפיציר אז ער זאל דאס שיקן ווייטער צו א מענטש וועמען ער איז שולדיג געלט פאר מער פון 30 יאר.
דער פארשוין שרייבט אין די בריוו אז 30 יאר בעפאר האט ער אריינגעזעצט אין א פארקירטע קאר, אין א סאבורב אין מיניאפעליס, און ער איז שנעל אוועקגעפלויגן מיט זיין קאר, אנשטאט ווארטן דארט פאר א פאליס רעפארט און צו באצאלן דעם קאר אייגנטומער, אויך בעט דער בריוו שיקער מחילה פון די פאליציי סטאנציע, אויף די אקט וואס ער איז דאן באגאנגען.
“אזא געשיכטע איז היבש אינטערסאנט און שאקירנד” האט געזאגט דער הויפט פאליציי טשיף ‘ביל מעסריטש’ פון די סטאנציע וואו דער בריוול איז אנגעקומען, “אזא געשיכטע זעט מען נישט יעדן טאג”.
די בריוו וואס ווערט געשריבן דורך דער אנאנימער פארשוין, געבט אן אז די אינצידענט האט פאסירט אין אן אוונט אין יאר 1985 אדער 1986, ער דרוקט אויס חרטה געפילן, און בעט די פאליציי זאל העלפן לאקירן און אפגעפונען דער דרייווער פון יענע קאר “אויב זענען ענק נישט סוקסעספול מיטן אפטרעפן דעם קאר אייגנטומער, קענט איר געבן די געלט פאר א פאליציי טשעריטי ארגענעזאציע,” שרייבט דער בריוו שיקער. צולייגנדיג אז ער בעט פאר מחילה און פארגעבונג פאר די קאפוויי, צער, און שאדן וואס ער האט אנגעמאכט.
די פראבלעם איז אבער אז די פאליציי סטאנציע האט נישט פארמאגט קיין רעקארדס פון אזויפיל יאר צוריק, און זיי האבן דעריבער אריינגעלייגט די געלט אין די צענטראלע קאסע פון די פאליציי סטאנציע, וואס דערמיט וועט די סטאנציע קויפן נייע עקוויפמענט און טעכנאלאגיע.
די שטאטישע אדמיניסטראטאר סטיוו קינד וואס דינט שוין אין זיין פאזיציע פאר איבער 35 יאר זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט צוגעזען אזא סארט נדבה…