מיט צער האבן טויזענטער אידן אויפגענומען די בשורה איבער די פטירה פון הגאון רבי אהרן יהודא לייב שטיינמאן זצ”ל, וועלכע איז אוועק אין טיפן עלטער פון 104 יאר אלט.
הרב שטיינמאן איז גענומען געווארן אין שפיטאל 3 וואכן צוריק פאר אונטערזוכונגען, און פאר פארשידענע טעסטס צוליב זיין זייער שוואך.
ווי עס ווערט באריכטעט אין “ישיבה ווארלד ניוז”, קומט די נייעס אין א צייט וואס די פאמיליע טרויערט אויף די עלטסטע טאכטער פון הרב שטיינמאן וועלכע האט מיט 3 וואכן צוריק געכאפט א הארץ אטאקע און ליידער נפטר געווארן. הרב שטיינמאן איז נישט געווארן אינפארמירט דערוועגן, אבער קורץ דערנאך האט ער אנגעהויבן שפירן זייער נישט גוט, שוואך, און איז גענומען געווארן אין שפיטאל.
ער איז געווען אין א סטאבילער מצב ביז דינסטאג פארטאגס לויט די ארץ ישראל’דיגער זייגער, און אין די פארטאגס שטונדן האט ער געליטן פון א קארדיאק ארעסט, מען האט פרובירט אלעס אים צו האלטן, און עס איז געווען באשערט אנדערש.
הרב שטיינמאן איז אוועק עטליכע מינוט בעפאר 8 אזייגער ארץ ישראל צייט, און ארום 12:30 אין אמעריקא.
אין זיין צוואה האט ער געבעטן אז די קבורה זאל פארקומען 6 שעה נאך די פטירה, און מען זאל זאגן ווייניג הספדים. די לויה איז טאקע פארגעקומען גראד אינדערפרי מיט די באטייליגונג פון א געשאצטע האלב מיליאן מענטשן, און די גאסן זענען געווען שווארץ פון אלע זייטן.
הגאון רבי חיים קאניעווסקי האט געריסן קריעה ביים הערן די נייעס, און געזאגט “ברוך דיין האמת” אן די שם המלכות, און באפוילן אז יעדער זאל זיך באטייליגן, אריינגערעכנט קינדער וואס פארשטייען שוין וואס גייט פאר, און פרויען, און געזאגט אז אפילו עס וועט פארשפעטיגן די חנוכה ליכט צינדן, זאל מען ווייטער קומען, און באגלייטן. נאך האט רבי חיים געזאגט אז מען זאל אפרופן חנוכה מסיבות און פארטיס אין די שבעה טעג, צו אפצייכענען טרויער אויף די פטירה.
אויך הגאון רבי משה שטערנבוך שליט”א ראב”ד העדה החרדית האט אנגעזאגט אז מען זאל זיך באטייליגן ביי די לויה, אפילו מען וועט דארפן שפעטיגן מיט ליכט צינדן.
זעט באזונדערע דעקונג פון בילדער און ווידעא פון די לויה. פאלגט נאך אויפן וועבסייט.